באריכט
א געביידע וואו עס וואוינען 2 גרעסערע פאמיליעס אין קרית טאהש איז ארויף אין פלאמען שבת ביינאכט ארום 9:20 נאך וואס די מנורה איז געפאלן און זיך אנגעכאפט און א דערנעבנדע בענקל און בליץ שנעל געלאפן ארויס פון קאנטראל.
א קליין קינד וואס האט זיך געפונען נעבן די דיינונג-רום ווי עס האט אנגעהויבן ברענען איז געקומען איינמעלדן פאר זיינע עלטערע געשוויסטער ‘אז עפעס רינט’ און ווען מען איז געגאנגען קוקן וואס ער מיינט צו זאגן זענען די געשוויסטער און עלטערן געווארן שאקירט ביז גאר צו זען א האלבע שטוב איינגעהילט אין פייער.
מען האט זיך בליץ שנעל ארויסגעזען פון הויז און איינגעמאלדן די שכנים, וואו צווישן אנדערע האבן זיך אויפגעהאלטן א קימפעטארן און א פיצל קינד. מען האט אלארמירט די חברה הצלה אין קרית טאהש וועלכע האבן געמאכט א פלינקע ארבעט מיט’ן ארויסראטעווען אן איינוואוינער וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן אליינס און נישט געוואוסט פון גארנישט.
עטליכע הצלה מעמבער’ס האבן איינגעשטעלט זייערע לעבנס מיט’ן אריינגיין אין די געביידע וואס איז געווען איינגעהילט אין בוזשעווענדע רויטע פלאמען אינאיינעם מיט כסדר’דיגע ווילדע אויפרייסן פון ‘האר-ספרעיס,’ זייף און כעמיקאלן פון א שייטל-מאכער וואס האט אויפגעהאלטן די הויפטקווארטיר צווישן עטליכע אנדערע אפיסעס אין די געביידע.
טראץ וואס די פאליציי האט געווילדעוועט האבן הצלה מעמבערס אין שטעטל באוויזן צו אלארמירן דעם איינוואוינער און אים ארויסראטעווען פון א זיכערער אומקום רח”ל. איין הצלה מעמבער דערציילט פאר אידישער ווינקל ווי ער האט פרובירט מאכן זיין וועג אריין אין א טיר וואס געפונט זיך ביים אנדערן זייט געביידע ווי די פייער איז פארגעקומען, ווען א מאכטפולע דיקע רויעך האט ארויסגעשטראמט פון דארט, אזש עס איז געווען אוממעגליך אריינצוגיין דארט.
צווישן די אפיסעס אין די געביידע וואס האבן געליטן שאדן געפונט זיך די אפיס פון דער שרייבער ר’ ארי ווייזער, פון “אידישער ווינקל” וועלכע די הצלה מעמבערס האבן אויפגעשאסן צו מאכן זיכער אז קיינער געפונט זיך נישט דארט.
די פייער האט זיך פארשפרייט בליץ שנעל און די פאמיליעס זענען פלאצירט געווארן ביי נאנטע פאמיליע מיטגלידער ווען צענדליגע שכנים האבן זיך געזארגט און אריבערגעברענגט פארשידענע הילף מאטריאל פון עסן, קליידונג, און שבת סעודות.
ארום 12:00 זענען די פייער צינגען אויסגעלאשן געווארן איבערלאזנדיג די פייערלעשער צו מאכן א טאטאלע פארניכטונג און חורבן פון דעם גאנצן סטרוקטור זוכנדיג פאר פינקען אין די ווענט, און צו מאכן זיכער אז די פייער הייבט זיך נישט נאכאמאל אן.
הצלה מעמבערס האבן באהאנדלט קינדער פאר’ן אריינאטעמען רויעך, און די גוטהארציגקייט פון כלל ישראל האט ארויסגעשיינט פון יעדן אספעקט ווען שכנים האבן געעפנט די טירן פאר די פאמיליעס, און געזוכט וויאזוי צו העלפן און פארגרינגערן די געליטענע.
בילדער
קאמפיין פאר די פייער געליטענע
איר קענט העלפן די געליטענע אין די פייער אין קרית טאהש – זיי האבן גארנישט
אפילו נישט קיין פאון אייך צו רופן בעטן געלט!
עס זיצן עטליכע פאמיליעס אין קרית טאהש נאכן דורכגיין א שווערע פייער. זיי האבן מיטגעמאכט א שווערע נאכט פון זיך שיידן מיט אלעס וואס זיי האבן ליב, זיי האבן געהערט אז זייער הויז ברענט! האבן זיי ארויסגעיאגט מיט די קליינע קינדער אין די הענט, ניטאמאל מיטנעמענדיג קליידער און מאנטלען זיך צו האלטן ווארעם.
די פאמיליע באשטייט פון 11 מענטשן און אויסער די טראמא, אויסער וואוינען אין א ליידיגע פרעמדע בעיסמענט, און אויסער אנטון קליידונג פון פרעמדע מענטשן, דארפן זיי אנהויבן אויסשטאפירן דעם גאנצן געזונדל. ניין. נישט דא קיין ציצית, נישט דא קיין העמד, נישט דא קיין שיך, און געוויס נישט קיין הוטן, שטריימלעך, טיכלעך, ציין-בערשטל, טיילענאל, גארנישט וואס איר קענט זיך פארשטעלן. נישט דא קיין עסן, און ס’איז נישט דא קיין טעפ צו קאכן.
מען דארף דעם פאמיליע צוריקשטעלן אויף די פיס. מיר בעטן אייך געבט עפעס שיין, און ווען איר וואלט געזען די שמייכל וואס די קינדער טראגן אויפן געזיכט מיט אייער נדבה וואלט איר דאס אלעמאל מיטגענומען.
דרוקט דא, צו ארויסהעלפן די געליטענע פון די שווערע פייער אין קרית טאהש
ווידעא – כאפט א באזוך אין די פארברענטע הויז