אמנוער וואש – אין א גאר אינטערעסאנטער צופאל האט א היימלאזער מאן – פון זיין אייגענעם ווילן – צוריקגעגעבן 17,000 דאלער פאר א רעסטאראן וואו ער דרייט זיך שוין פאר די לעצטע 5 יאר.
קעווין באט איז אנגעקומען איין פרימארגן צו די סאמער פרוכט באנק געשעפט אין וואשינגטאן, און געפונען א זעקל וואס דערין איז געליגן 17,000 דאלער אין קעש. דער היימלאזער מאן – אנשטאט עס צו נעמען און דערמיט ווערן אויפגעראכטן – האט זיך אראפגעשטעלט ווארטן אויף די ארבייטער פון די סאמער פרוכט באנק רעסטאראן ביז זיי וועלן עפענען דאס געשעפט און ער וועט זיי קענען צוריקגעבן דאס געלט.
ווען די ארבייטער פונעם סאמער פרוכט באנק געשעפט איז אנגעקומען און געהערט וואס קעווין האט צו דערציילט, האט זי גלייך אלאמירט די פאליציי און פאר זיי איבערגעגעבן דאס געלט, זיי זאלן טרעפן דעם אייגענטומער.
א צייט פון 90 טעג אפשניט איז אדורכגעלאפן אבער די פאליציי האט נישט געקענט טרעפן קיין שפורן פון דעם אייגענטומער פון דאס געלט, און האבן דעריבער צוריקגעגעבן דאס געלט פאר די אייגענטומער פונעם רעסטאראן.
די אייגענטומער פונעם רעסטאראן האבן עס צוריקגענומען מיט אפענע הענט. און די פאליציי האבן אין אויסטויש געגעבן פאר קעווין גיפט קארדס און אנדערע געשאנקן פאר זיין נאבעלן אקט אין אים אויסגעלויבט אלס א פיינער מאן.