ליפּא, וועלקאָם בעק! דו האָסט נישט קיין אַנונג מיט וואָספאַראַ עקסייטמענט איך שרייב די ווערטער. מ’קען ממש זאָגן די ווערטער וואָס יעקב אבינו האָט געזאָגט פאַר יוסף הצדיק “ראות פניך לא פיללתי”, כ’האָב נישט געגלייבט אַז איך וועל נאָך זעהן דיין פּנים.
דאָס איז נישט קיין הייפּערבולי, נאָר איך מיין עס זייער ערנסט. ס’האָט מיר געציפּט ווען דו ביזט אַוועקגעגאַנגען, און איך האָב געהאַט אינגאַנצן אויפגעגעבן אויף דיר, פּשוט ווייל אַזוי איז מיר געווען גרינגער אָנצוגיין, נישט צו דאַרפן טראַכטן אַז אפשר וועסטו נאָך צוריקקומען. אָבער ביזט דאָ צוריק! וועלקאָם בעק!
איך בין געווען פון דייינע ערשטע “פענס”. וויאַזוי ווייס איך דאָס? ווען “שמע” איז אַרויסגעקומען, בין איך געווען א בחור’ל און כ’האָב עס געקויפט. איך בין ממש “געגאַנגען ניסלעך” ווי מ’זאָגט פאַר די גראַמען. די האַרציגע ניגון “שמע ישראל”, “די העכסטע תפילה, יום כיפּור ביי נעילה, מ’שרייט די לעצטע שעה!”. ווער רעדט נאָך פון די משלוח מנות ניגון, פונעם צדיק אין קעלער, “ס’איז אומדערטרעגליך, פאַר אונז נישט מעגליך, זיך האַלטן אין מצב דעם שווערן! מיר בעטן דעריבער, ס’גיסט זיך שוין איבער, דיין וועלטעלע פול מיט טרערן!”.
הקיצור. איך האָב געשמועסט דעמאָלט מיט עטליכע חברים אין ישיבה און זיי געזאָגט איבער דעם נייעם זינגער ליפּא שמעלצער. כ’האָב געברענגט פאַר איינעם פון זיי דעם טעיפּ, נאָך געווען אין קאַסעטע פאָרעם, און יענער האָט עס אויסגעהערט און אַוועקגעמאַכט. יענער איז היינט פון די גרעסטע קאָמפּאָזירער און מוזיק מבינים ביים היימישן עולם! מיי פּוינט איז אַז איך האָב פאַרשטאַנען צו דיר, אפילו ווען די מבינים האָבן דיר אַוועקגעמאַכט…
אַלבום נאָך אַלבום בין איך ממש צוגאַנגען פון דיין טאַלאַנט. אַלס ליבהאָבער פון גראַמען און קונצליכע ווערטער-אויסלייג, בין איך געשפּרונגען מיט יעדע שורה. די איסורים, חרמים, קאַנצערטס, אַרויף און אַראָפּ, איך האָב דאָס גאָרנישט מיטגעהאַלטן, נאָר פּשוט געקויפט יעדעס יאָר די פרישע סידי און געדאַנקט אַז אידישע היימישע מוזיק האָט אַזאַ איינעם ווי ליפּא שמעלצער. אפילו דאָס וואָס דו האָסט געעפנט די שוהל, האָט מיר אויך נישט געקוועטשט. דו האָסט רעכט צו טאָן וואָס דו ווילסט.
כ’וועל דיר זאָגן נאָכמער, דיין גיין אין קאָלאָמביע יוניווערסיטי האָט מיר אויך נישט געבאַדערט. ביי מיר איז דיין מוזיק טאַלאַנט געווען אַזאַ מתנה, אַז איך בין געווען גרייט צו פאַרקוקן אַסאַך. אָבער ווען ס’האָט אָנגעהויבן אַפעקטירן די קוואַליטעט פון דיינע אלבומס, דעמאָלט האָט עס מיר אָנגעהויבן קרענקען. די לעצטע צוויי אלבומס האָב איך שוין ניטאַמאָל געקויפט, און נאָר אויסגעהערט דאָ-דאָרט ביי אַנדערע מענטשן אין קאַר. מ’האָט קלאָר געקענט שפּירן אַז דו געבסט נישט דאָרטן אַרויס דאָס וואָס דו קענסט און דאָס וואָס דו ביזט גוט פאַר.
ווען די “שני וחמישי” קליפּס האָבן אָנגעהויבן אַרומפאָרן, האָט עס מיר אָנגעהויבן שטעכן אין האַרץ, און דעריבער האָב איך זיך גענומען האַקן אויף דיר געפערליך. איך האָב פאַרשפּרייט שאַרפע בריוועלעך און לענגערע סטעיטמענטס אויף וואַטסעפּ און אַנדערע סאָושעל מידיאַ, וועלנדיג טאַקע ס’זאָל אָנקומען צו דיר. איך האָב געהאַקט און געקנאַקט, געשריבן אַז דו פאַרשפּרייטסט דיעות כוזבות און שרעקליכע כפירה, און אַנדערע שאַרפע לשונות וואָס איך האָב שוין אפילו דערפון פאַרגעסן.
מענטשן האָבן מיר באַשולדיגט אַז איך בין סתם א “העיטער” און “לאָז ליפּא טאָן וואָס ער וויל”. איך האָב באַקומען מעסעדזשעס אַז איך טשעפּע א איד און איך מוז אויפהערן. ס’איז אָבער נישט געווען העיט, נאָר זייער ווייט דערפון. דו האָסט עס דאָס בעסטע אַרויסגעברענגט אין דיין אינטערוויו אין “עמי” מאַגאַזין, אַז מענטשן וואָס האָבן דיר קריטיקירט, איז עס פּשוט געווען א פאָרעם פון ליבשאַפט, פון בענקעניש צו דער עכטער ליפּא, צום היימישן אַמאָליגן ליפּא.
לאָמיך דיר זאָגן, ליפּא: ווען איך האָב געהערט בערך צוויי חדשים צוריק אַז “ליפּא איז בעק”, האָב איך עס נישט געוואָלט גלייבן. כ’האָב געזאָגט ‘לאָמיר זעהן, געב עס א וואָך-צוויי’. נישט ווייל איך האָב נישט געגלייבט, נאָר כ’האָב אַזוי געוואָלט ס’זאָל זיין אמת און נישט געוואָלט ווערן אַנטוישט צו הערן אַז ס’איז נישט אמת. יעצט אַז איך זעה אַז ס’איז אָפיציעל, שפּרונג איך ווי א “יוניקאָרן-געביסענער” און איך שריי “ליפּא איז בעק!!!!!”.
עניוועי, איך ווייס נישט צי דו באַגרייפסט ווי פרייליך איך בין צו זעהן, יעדע פּאָר טעג נאָך א קליפּ און נאָך א בילד וויאַזוי ליפּא זינגט ביי א חתונה מיט א שוואַרצע רעקל! איך קען קוים וואַרטן אויף די נעקסטע אַלבום! וואַטעווער די שוועריגקייטן וואָס דו ביזט אַריבער ביז אַהער און גייסט אוודאי ווייטער אַריבער, זאָלסטו וויסן אַז איך בין נאָר איינער פון טויזנטער און טויזנטער, וואָס זענען פול מיט עקסטאַז אַז דו ביזט צוריק, און איך האָף אַז דאָס מאַכט דיינע שוועריגקייטן אַביסל גרינגער דורכצוטראָגן.
אונטערגעשריבן: אַנאָנים
Agree
יעדע מענטש וואס פארשטייט אביסל אין מוזיק איז פרייליך אז ליפא איז צוריק!! סאיז פלען נישט דא קיין ווערטער ארויס צו ברענגען די פרייליכע געפיהלן אז די ביסט צוריק!!!!!……………
yes we all think so lipa you have to here everybody talking about your coming back with a smil of happiness thenks no words
יעדער קליפ וואס קימט ארויס מיט דיין היט און רעקעל מאכט יעדעם פריילעך מיט דיין שמחה און גראמען אהה
נישטא קיין ווערטער ליפא קיעפ אן