מוזיק סינגלס

נייע סינגל ‘קריגעלע’ דורך אהרן יוסף שפילמאן


די גראמען פונעם ניגון


מלחמות און קריג,
עס האט געברענט,
קיין האפענונג קיין שיין,
עס האט זיך נישט דערקענט.

א קליינע מיליטער,
קוים אפאר זעלנער,
די חשמונאים,
נישט געהויבן הענט.

געקעמפט מיט דרייסט,
מיט אַ הייליגע גייסט,
פאר דאס פינטעלע איד,
נישט געווארן מיד.

א נס איז געשען,
נישט מטמא געווען,
דאס לעצטע קריגעלע,
געבליבן ריין.

קריגעלע,
מיטן זיגעלע,
האסט זיך שטארק דערהאלטן,
קריגעלע,

דו האסט זיך באהאלטן,
צווישן די שפאלטן,
דו האסט געוואלט ריין,
פאר גאט אליין.

נסיונות און מלחמות,
פארקלעמטע נשמות,
שווער אנצוגיין,
מען שפירט זיך אליין.

נסיונות און תאוות,
טומאה וזוהמות,
עס פלאָגט דעם איד,
עס מאכט אים מיד.

מען וויל זיין נאנט צו דיר,
איך שטיי ביי דיין טיר,
איך וויל זיין ריין,
אבער איך קען נישט אליין.

איך בין שורי בצער,
בעט איך דערפאר,
עס איז פינסטער און שווארץ
מאך ליכטיג מיין הארץ.

נשמה’לע, קריגעלע,
האלט אן, דעם זיגעלע,
דער צלם אלוקים.

נשמה’לע, קריגעלע,
כאפ אן מיין וויגעלע,
האלט דיר ריין,
וועסטו קענען אנגיין.

ומנותר קנקנים,
נעשה נס לשושנים,
איך וועל דיר היטן,
מיט רחמים.

טו דיר דערהאלטן,
טו דיר שטארקן,
ביסט ריין מיין קינד,
פון יעדן זינד.



קרעדיטס 


HERE YOU GO
IT’S OUT 🔥🔥🔥

Krigelleh – קריגעלע

Composed, written & sung by: Aron Y. Spielman

Produced & arranged by: Lipa Brach production

Recorded & mixed by: Gershy Schwartz
Edgware Studios, Monsey NY

Drums: Avi Avidan Jerusalem, Israel
Guitars: Nachman Dreyer
Bass: Shloime Spielman
Flute: Shmaye Karpen

“KRIGELLEH” is a new heartwarming composition with Yiddish lyrics, reflecting on the miracles of Hanukkah.

LISTEN & ENJOY!

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.