דריי אידן וועלכע זענען געגאנגען מיט א קאפל, זענען היינט צעשלאגן געווארן אין זייערע געזיכטער מיט א שטיין, דורך אן אנטיסעמיטישער ווילדער מאן, אין די שטאט מיאמי, פלארידע.
לויט א באריכט אין “קאלייוו” האט דאס פאסירט אין די פריע פארטאגס שטונדן, ווען אן עלטערער איד איז געזעסן אין א דאנקין דאנאטס רעסטוראנט וועלכע פארמאגט די לאקאלע השגחה, מיט נאך צוויי פון זיינע פריינט.
די דריי אידן האבן פארמאגט זייערע קאפלעך, עס איז געווען קלאר אויף זיי, אז דאס זענען אידן.
פלוצים איז צוגעקומען אן אומבאקאנטער יונג וואס האט געהאלטן א שטיין אין זיין האנט, און דאס אנגעהויבן צו קלאפן אין זייערע קעפ, פון וואס איינער האט געמוזט אפגעפירט ווערן אין שפיטאל.
די פאליציי האט געעפנט א געיעג נאכן אנטיסעמיטישן שלעגער, וואס איז אנטלאפן אין א פארנומענע ארבייט’ס געביידע, און ער איז געכאפט געווארן אויפן דאך דורך די פאליציי, וואס האט אים געפירט צו זיין ארעסט.