א פרישע באריכט צייגט אז איראנער העקער האבן פרובירט זיך איינצוברעכן אין קאנטעס פון הויכראנגיקע באאמטע וואס האבן שייכות מיט די נוקלעארע דיעל צווישן אמעריקע און איראן, צווישן אנדערע אמעריקאנער נוקלעארע סייענטיסטן.
ווי די באריכט פארציילט, האט די איראנער העקער גרופע גערופן ‘די וואונדערבארער קעצעלע’, פרובירט צו העקן אין די לעצטע חודש אין די אימעיל קאנטעס פון באאמטע אין די פינאנץ מיניסטעריום, וואס איז פאראנטווארטליך אויף די סאנקציעס וואס פרעזידענט טראמפ האט געלייגט אויף איראן, און נאך סייענטיסטן אדער וויכטיגע פארזענליכקייטן וואס זענען געווען פארמישט מיט די איראן דיעל און אירע דעטאלן.
אויף די ליסטע פון די העקערס זענען פארהאנען מער ווי 10 באאמטע פון די אמעריקאנע פינאנץ מיניסטעריום, אראבישע נוקלעארע עקספערטן, פערזענליכקייטן וואס האבן א קעגנערשאט צום דיעל, און שטיצער אדער געזעץ היטער וואס אינפארסיקן די סאנקציעס, אזוי אויך אויף ארבייטער אין וואשינגטאן וואס האלטן אן אויג אויף איראנער באאמטע…
מען איז ארויפגעקומען אויף די העקער’ס פראוון זיך אריינצובאקומען אין די אימעיךלס, נאכדעם וואס די העקערס האבן בטעות איבערגעלאזט פינגער אפדרוקן אויף איינע פון זייערע פראגראמען.
עס איז דערווייל נישט קלאר אין וויפיל קאנטעס די איראנער האבן באוויזן צו העקן, און די איראן האט דערווייל נישט רעאגירט צום באריכט.