דער הייליגער ‘ישמח משה’, רבינו משה ב”ר צבי זי”ע, ער איז געווען באוויסט פאר א צדיק וקדוש, און אויך האט ער קיינמאל נישט מסיח דעת געווען פון משיח, א גאנץ לעבן האט ער געהאפט און געווארט אז משיח צדקינו זאל אנקומען, אויף די עלטער האט ער אמאל געזאגט אז ווען ער וואלט ווען געוויסט אלץ אינגערמאן אז ווען ער גייט זיין אן אלטער איד וועט משיח נאכנישט דא זיין וואלט ער עס נישט אויסגעהאלטן.
דער הייליגער ישמח משה איז קודם געווען רב אין די שטאט ‘שינאווע’, אנפאנג ווען ער איז דארט געווארן רב איז ער נאך נישט געווען מקורב צום דרך החסידות, ער האט אלץ מעריץ געווען און מחשיב געווען די חסידים און די תלמידי בעל שם טוב אבער א חסיד איז ער נישט געווארן.
אין די שטאט שינאווע, דארט וואו ער איז געווען רב, איז געווען א גרויסע שטאטישע שול דארט וואו דער הייליגער ישמח משה פלעגט דאווענען, גלייך דערנעבן איז געשטאנען א קליין הייזקעלע וואס דערין האבן די חסידים פון שטאט געדאווענט, מ’האט עס גערופן ‘די חסידי’שע קלויז’, דער הייליגער ישמח משה האט באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, יעדעס יאר אין די הייליגע טעג, אין די ימים נוראים, ווען ער פלעגט דורכגיין דעם חסידי’שן קלויז אויפן וועג צום גרויסן שטאטישן שול האט זיין הארץ אים אנגעהויבן ציען און ער האט געוואלט אריינגיין אין קלויז דאווענען מיט די חסידים.
פארשטייט זיך אז ער איז נישט אריין אהין און נישט געדאווענט דארט, נאר ער האט געדאווענט אינעם גרויסן שטאטישן שול וואו ער האט געדינט אלץ רב, אבער זיין הארץ האט אים עפעס אהין געצויגן צום קלויז, ס’איז אים געווען א גרויס וואונדער וואס ס’ציהט אים דארט, אויב איז אמת אז די חסידים זענען נישט ערליך און אויסגעהאלטן לויט ווי די לשון הרע’ס וואס האט זיך ארומגעדרייט אין יענע צייט – דאן פארוואס פונקט אין די טעג וואס יעדער איד רייניגט אויס זיין הארץ און טוט תשובה אויף אלע שלעכטע מעשים, און מ’איז ארומגענומען מיט א מורא און פחד פונעם פארכטיגן יום הדין, פארוואס דוקא אין די געהויבענע טעג ציהט זיין הארץ אהין.
פון דעם האט דער הייליגער ישמח משה פארשטאנען אז די אלע לשון הרע’ס וואס מ’רעדט אויף די חסידים זענען נישט אמת, זיי דינען יא דעם אויבערשטן מיט אן אמת, און זיי אלע זענען וואוילע און ערליכע אידן, אבער מיט דעם אלעם האט ער זיך נישט באהאפטן מיט די חסידים, ער איז נישט געווארן א טייל פון זיי, זיינע קשיות וואס ער האט געהאט אויף זיי זענען נאכנישט פארענטפערט געווארן, אבער אויף אזויפיל האט ער געוויסט אז זיי זענען ערליכע אידן און דינען דעם אויבערשטן מיט אן אמת.
אזוי איז געווען ביז ער האט חתונה געמאכט זיין עלטסטע טאכטער, הרבנית הצדיקת חנה, זי איז געווען זיין בת יחידה, דער ישמח משה האט נאר געהאט צוויי קינדער, די עלסטע איז געווען די טאכטער חנה, און דערנאך א זון, א בן יחיד, הגה”ק ר’ אלעזר ניסן פון דרוהבוטש), ער האט איר חתונה געמאכט צו א חשובע אינגערמאן מיטן נאמען ר’ ארי’ לייב ליפשיץ, דאס איז געווען דער גרויסער גאון און צדיק דער הייליגער ארי’ דבי עילאה.
דער חתן, דער ארי’ דבי עילאה, איז געווען א פייערדיגע חסיד, ער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן חוזה פון לובלין זי”ע, און פון ווען ער איז אריינגעקומען צום ישמח משה אין שטוב האט ער מיטגעברענגט מיט זיך א גייסט פון חסידות, פארשטייט זיך אז דער שווער האט פארגעלייגט פארן איידעם אלע קשיות וואס ער האט אויף די חסידים, און ער האט פרובירט אלעס צו פארענטפערן, און דער גרויסער שווער, דער הייליגער ישמח משה, האט מסכים געווען צו פארן צום הייליגן חוזה פון לובלין, זיך נענטער צו באקענען מיטן דרך החסידות.
צום באשטימטן טאג האט מען זיך אריינגעזעצט אין וואגן אין זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין לובלין צום הייליגן חוזה, אויפן וועג איז דער הייליגער ישמח משה געווען פארטיפט אין זיינע געדאנקען און איבערגעטראכט די גאנצע נושא, ס’איז אים שווער געווען א קשיא, ס’שטייט אין שלחן ערוך “ראוי לכל ירא שמים שיהיה מיצר ודואג על חורבן בית המקדש”, א איד א ירא שמים דארף אים וויי טון די חורבן בית המקדש, אבער ווען מ’קוקט אן די חסידים זעט מען אלץ ווי זיי שמייכלען און זיי זענען בשמחה, וויאזוי קענען זיי זיך פרייען, מ’דארף דאך זיין פאר’צער’ט אויפן חורבן?
די וואגן לויפט דורך שטעט און דערפער, וועלדער און פעלדער, און דער הייליגער ישמח משה איז ווייטער טיף פארזינקען אין זיינע הייליגע מחשבות, די קשיא האט אים שטארק געדריקט, און פון זיינע ליפן שעפשען זיך א תפילה צום אויבערשטן, “הייליגע באשעפער, דו ווייסט דאך דעם אמת אז איך וויל דיר אמת’דיג דינען, און אויך וויל איך וויסן א תירוץ פארוואס ביי די חסידים איז מען נישט נזהר אין דעם סעיף אין שלחן ערוך, כ’בעט דיר טאטע אין הימל, ווען אין וועל אנקומען קיין לובלין צום גרויסן צדיק, זאל ער מיר פארענטפערן אט די שווערע קשיא”
אונזערע הייליגע חכמים זאגן דאך ‘הבא לטהר מסייעין אותו’, ווען איינער וויל זיין ערליך העלפט מען אים, לכאורה וואס איז די לשון רבים ‘מסייעין’, ס’דארף ווען שטיין ‘מסייע’ א לשון יחיד, ווער נאך העלפט אים חוץ דו גרויסער באשעפער? נאר עס גייט ארויף אויף די צדיקי הדור אז זיי העלפן אויך א איד וואס וויל זיין ערליך, בעט איך דיר הייליגער באשעפער אז דער רבי אין לובלין זאל מיך באלייכטן די אויגן און מיך פארענטפערן מיין קשיא”, אזוי האט דער ישמח משה מתפלל געווען צום אויבערשטן ביז די ערשטע הייזער פון לובלין האבן זיך שוין געזען פונדערווייטענס.
ווי נאר דער ישמח משה איז אנגעקומען אין שטאט איז ער גלייך צוגעגאנגען צום הייליגן שטוב פון רבי’ן פון לובלין, און מיט גרויס התרגשות אריין צום רבי’ן נעמען שלום, גלייך ווי נאר ער טרעט איבער דעם שוועל פונעם חוזה רופט זיך דער חוזה אן, “פארוואס איז אייער פנים איינגעפאלן, פארוואס זענט איר נישט בשמחה? ס’איז אמת אז ס’שטייט אין שלחן ערוך “ראוי לכל ירא שמים שיהיה מיצר ודואג על חורבן בית המקדש”, אבער ביי אונז חסידים ווייסט מען אז ס’דארף זיין ‘צהלתו בפניו ואבלו בלבו’, אויפן געזיכט דארף מען שמייכלען און די טרויער האלטן אין הארץ”.
גלייב מיר” – איז דער הייליגער חוזה ווייטער ממשיך מיט א שטארקן קול – “אז מיר זאגן תיקון חצות מיט א שטארקע געוויין, און מיר קלאגן שטארק אויפן חורבן הבית, אבער מיט דעם אלעם זענען מיר אלץ בשמחה, אזוי האט אונז אויסגעלערנט הרה”ק ר’ שמעלקא מניקלשבורג זי”ע, ס’איז גלייך צו א קעניג א בשר ודם וואס איז געפאנגען געווארן אין א פרעמד לאנד און ער האט געטראפן שוץ ביי א גוטע פריינד אין יענע מדינה, דער גוטער פריינד פון קעניג האט שטארק געוויינט אז ער טרעפט דעם קעניג אין אזא שווערע מצב, אבער אין די זעלבע צייט האט ער זיך געפרייט אז די קעניג געפונט זיך ביי אים אין שטוב”.
די זעלבע זאך איז לגבי טרויערן אויפן חורבן” – איז דער חוזה ווייטער מסביר – “אמת טאקע אז מיר טרויערן אז די שכינה איז אין גלות, אבער אין די זעלבע צייט פרייען מיר זיך אז די שכינה איז צווישן אונז, איי וועסטו פרעגן פארוואס בין איך דיר מגלה אזא גרויסע סוד, די סיבה דערפאר איז ווייל די גמרא זאגט ‘הבא ליטהר מסייעין אותו’, ס’שטייט נישט ‘מסייע’ א לשון יחיד, נאר ‘מסייעין’ א לשון רבים, ווייל ווען א איד וויל דינען דעם אויבערשטן, חוץ וואס דער אויבערשטער העלפט אים, העלפן אים אויך די צדיקי הדור”.
דער ישמח משה איז געבליבן שטיין געפלעפט, אן אפענע רוח הקודש, און אויך א הערליכע תירוץ אויף זיין קשיא, דער הייליגער חוזה האט געזען ברוח קדשו וואס ס’איז אים שווער, און אויך האט ער מרגיש געווען די פשט אין די גמרא ‘מסייעין אותו’, און אים אלעס שיין פארענטפערט נאך פאר ער האט ארויסגערעדט א ווארט, פון דעמאלטס אן איז ער מקורב געווארן צום דרך החסידות, און האט זיך מחבר געווען צו צדיקי אמת תלמידי הבעל שם טוב הק’ פון יענעם דור.
דער הייליגער ישמח משה איז צוריק אהיים געפארן קיין שינאווע, און א צייט שפעטער האט ער נאכאמאל אונטערגענומען א נסיעה קיין לובלין צו גיין מקבל זיין נאך תורה און עבודת ה’ פונעם הייליגן חוזה, פארן ארויספארן איז צוגעקומען צו אים א איד אן עושר וואס האט געוואוינט דארט אין שטאט, מיטן נאמען ר’ יעקב, ער איז אויך געווען א גרויסע חסיד פונעם הייליגן חוזה, און דער ר’ יעקב האט איבערגעגעבן פארן הייליגן ישמח משה א פעקל ‘טאביק’ אז ער זאל דאס איבערגעבן פארן חוזה.
ער האט עס איבערגענומען און מיטגענומען מיט זיך אויפן וועג קיין לובלין, אינמיטן וועג איז ארויפגעקומען אויף זיין מחשבה די גמרא וואס זאגט “כל המביא דורן לתלמיד חכם כאילו הקריב ביכורים”, אז ווער עס ברענגט א מתנה פאר א תלמיד חכם איז אזויווי ער איז מקריב ביכורים, אויב אזוי – טראכט ער צו זיך – איך טראג דאך יעצט א מתנה פארן רבי’ן, יהי רצון אז ס’זאל זיין חשוב אזויווי איך ברענג ביכורים.
ווען ער איז אנגעקומען קיין לובלין, איז ער אריין צום הייליגן חוזה און איבערגעגעבן די טאביק וואס דער חסיד ר’ יעקב פון שינאווע האט געשיקט, דער חוזה האט איבערגענומען די טאביק, ער האט געשמעקט דערין און זיך אנגערופן ווי צו זיך אליין, “איך פיל דערין א טעם ביכורים, און ס’איז נישט קיין חידוש, ווייל אז ר’ יעקב שיקט עס און דער שינאווע רב ברענגט עס איז עס ביכורים”.
דער הייליגער ישמח משה איז שוין געבליבן מקושר צום דרך הבעל שם טוב, און שפעטער איז ער געווארן רב אין אוהעל און דארט אויפגעשטעלט א ישיבה און א הייליג הויף, וואו געלערענט פאר אידישע קינדער דעם דרך ה’.
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.