א פארפאנצערטע “ברינקס” טראק, וואס האט געפירט געלט נעכטן אינדערפרי אויף א הייוועי אין ניו דזשערסי, האט אנגעברענגט עקסידענטן, נאכדעם וואס דרייווער האבן באמערקט ווי דאלאר באנקנאטן פליען ארויס פון דעם טראק, און לאנדן אראפ אויף דעם שאסיי.
די אומגעווענליכער פאסירונג איז פארגעקומען אין די פארנומענע צופרי שטונדן, מענטשן האבן פשוט אפגעשטעלט זייער קאר אינמיטן הייוועי, און ארומגעלאפן אויפהייבן געלטער פון די ערד, א זאך וואס האט זיי געברענגט א גרויס געפאר פון ווערן אראפגעקלאפט דורך שנעל פארבייפארענדע קאר’ס.
די אלע שנעלע אפשטעלן פון קארס צו קלויבן געלטער, האט געברענגט צו צוויי עקסידענטן, אבער עס זענען נישט געווען קיין ערנסטע פארוואונדעטע, אבער אין די זייט האט מען געזען צעשמעטערטע אויטא’ס, וואס איז לכאורה מער ווערד פון די געלט וואס מען האט צוזאמענגעקליבן אויפן שאסיי…
אין די זייט איז געשטאנען דער פארלוירענער ‘ברינקס’ טראק דרייווער בלאז און פארלוירן, וואס טראגט ווארשיינליך די פאראנטווארטליכקייט אויף די אינצידענט.
לויט די פאליציי איז די טיר געעפנט געווארן צוליב א פעלערהאפטיגער שלאס וואס זי האט פארמאגט אויף זיך, און די ‘ברינקס’ פירמע האט געעפנט אן אויספארשונג.
עס איז נישט באקאנט וויפיל געלט עס איז ארויסגעפלויגן, און צי די אלע וואס האבן געקליבן די געלטער דארפן עס צוריק טראגן אדער נישט.