א באריכט אין NBC גיבט איבער פון שפיאנאזש קוועלער, אז צפון קארעא שפילט אויס די יו. ען. סאנקליעס, דורכן ליפערן אויל דורך די וואסערן. לויט די שאצונג פונעם אמעריקאנעם מיליטער, האט די טראנספארט קאאליציע פון אמעריקע וועלכע איז געשטעלט צו האלטן אן אויג אויף די צפון קארעא ים טראנספארטן, געהאט א דורכפאל מיטן נישט אידענטיפיצירן די שיפן וואו צפון האט דערין געשמוגלט אומלעגאל די אויל.
דאס מיינט אז די אמעריקאנע פינאנציעלע דרוק וואס ווערט געלייגט אויף צפון אז זיי זאלן אויפגעבן זייערע נוקלעארע אמביציעס, איז א דורכפאל, וויבאלד די סאנקציעס ווערן אויסגעשפילט.
די אויל טראנספארטן איז א גאר וויכטיגע מיטל צום לעבן, פון דעם איזאלירטן צפון קארעא. לויט זיכערהייט באאמטע האבן זיך אנגעהויבן אמעריקאנער פליגער צו באווייזן העכערן מזרח כינעזער ים אום אוקטאובער דעם 19’טער 2017, און האבן נאכגעקוקט די אלע שיף טראנספארטן פון צפון קארעא, ברענגענדיג איבער 300 פליה רייזעס העכער די ים, ווען אירע אליאירטע האבן דורכגעפירט פרישע 200 פליה רייזעס.
די אמעריקאנע און זייערע אליאירטע לאקערן אקציעס, האט געברענגט דערצו אז צפון האט געמוזט טוישן זייערע טאקטיקן, און אנשטאט צו אויפהערן טראנספארטירן אויל, זענען זיי אויפגעקומען מיט פרישע וועגן וויאזוי דאס צו שמוגלעם, דורך די טעריטאריע פון אנדערע לענדער אדער מיט קליינע שיפלעך, וואס מען כאפט נישט אויף.
ווי די מיליטערישע עקספערטן שאצן האט זיך די אויל טראנספארט פון צפון גארנישט געמינערט, נאר עס קומט דורך די כינעזער מזרח ים און עס קאסט פשוט מער געלט פאר צפון דאס צו שמוגלען.
די ווייסע הויז האט דערווייל נישט געאגירט אויף דעם באריכט פון NBC, און פרעזידענט טראמפ העט געשריבן אומדירעקט צו דעם באריכט, אויף זיין טוויטער אקאונט, אז “אסאך מענטשן פרעגן וויאזוי מיר פירן די פארהאנדלונגען מיט צפון קארעא, איך ענטפער אייביג אז מיר יאגן זיך נישט, עס איז דא א וואונדערבארע פאטענציאל פאר א הערליכע פינאנציעלע סוקסעס פאר דאס לאנד קים יאנג אן זעט עס בעסער פון יעדעם, און ער וועט עס אויסנוצן פאר די טובה פון זיינע מענטשן. מיר מאכן זייער א גוטע פארשריט”.