אומבאקאנטע וואנדאלן האבן געפירקלט א האקנקרייץ און אנטיסעמיטישע לאוזונגען אויף צענדליגע מציבות, און אויף א מאנומענט וואס איז אויפגעשטעלט געווארן לזכר פון די קרבנות פונעם האלאקאסט, אינעם אידישן בית עלמין נאנט צום שטאט שטראסבורג אין דייטשלאנד.
ר’ אברהם ווייל – דער ארטיגער רב וואס, וועלכער איז אייגנטליך אויך דער יונגסטער רב אין פראנקרייך, האט באזוכט אויפן ארט צו זען מיט די אייגענע אויגן די שרעקליכע בזיון הקברים.
קריסטיף קאסטנער – דער אינערן מיניסטאר פון פראנקרייך, האט געזאגט אין א ראלי וואס איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם פרייטאג אינעם אידישן בית החיים הארליסהיים, נעבן שטראסבורג, אז “מיר דרוקן אויס גרויל קעגן די געמיינע טאהט פון פאטרשוועכן א אידישע בית החיים, דורך א גרופע נידעריגע קרימינאלן וועלכע שעמען זיך נישט צו טרעפענען אידן, און די הערליכע באציאונגען פון פראנקרייך מיט זייערע אידישע בירגער. אין נאמען פון פראנקרייך און די אינערן מיניסטעריום, טוען מיר פארשפרעכן אז מיר וועלן נאכיאגן די פארברעכער וואס האבן אפגעטון דעם געמיינעם שטיק.
הונדערטער פון די אידישע קהלה אין שטראסבורג און איר אומגעגנט האבן זיך פארזאמלט דעם פרייטאג צו אפשרייען די שטייגענדע אנטיסעמיטיזם אין פראנקרייך; צווישן אנדערע האבן זיך באטייליגט דער אינערן מיניסטאר און נאך אסאך גרויסע און וויכטיגע פיגורן אינערהאלב פראנקרייך.