א הויכראנגיקער איראנער גענאראל אין די רעוואלוציאנערע גווארדיע מיטן נאמען קאדראלאללא מענסורי, איז נעכטן גע’הרג’עט געווארן נאכדעם וואס א קויל איז ארויסגעפלויגן פון זיין ביקס, אין די צייט וואס ער האט דאס גערייניגט, און אים געשאסן אין קאפ אריין, וואס האט געברענגט צו זיין טויט.
דאס טויט פון דעם גענעראל אויף אזא סארט טעות האט באלד געברענגט אסאך קאנספיראציעס און קלאנגען אז די געשיכטע איז א ‘קאווער אפ’, און ער איז פאקטיש אומגעברענגט געווארן דורך איינעם. טייל טענה’ן אז “שטארבן פון רייניגן א ביקס פאסט נישט פאר אזא הויכראנגיקער גענעראל ווי אים, ער האט זיך מעגליך גענומען דאס לעבן”.
קאדראלאללא מענסורי איז געווען א גענעראל אינעם איראן איראק קריג אין די אכציגער יארן. אין די לעצטערע יארן האט ער זיך אנגעשלאסן אין די קריג פון איראן קעגן אייסיס. ער איז געווען אריינגעמישט אין די וויכטיגסטע און פילע סענסעטיווע קריג סטראטעגיעס פון איראן, און ער איז געווען פון די וויכטיגסטע און מערסט ערפארענע גענערעלער וואס איראן פארמאגט.
נישט לאנג צוריק איז ער אריבערגעפירט געווארן צו מזרח איראן, וואו עס געפינען זיך פארשידענע קרבנות און פאליטישע ארעסטאנטן פון די איראן רעזשים, דאס מיינט אז די איראנער רעזשים האט געהאט גרויס צוטרוי אין אים.
די רעוואלאציאנערער גווארדיע האט געשריבן אויף זייער זייטל אז קאדראלאללא מענסורי באקומט די טיטל ‘הייליגער פאנצער’, דאס איז א טיטל וואס בלויז אויסדערוועלטע איראנער וואס האבן געקעמפט פאר איסלאם, קענען באקומען נאך זייער טויט.