איבער 20 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן פון א מעכטיגער אויפרייס וואס האט פאסירט אין א רעסטוראנט אין צפון יאפאן.
עס איז נאך דערווייל נישט קלאר וואס עס האט צוגעברענגט צום אויפרייס אינעם רעסטוראנט פונעם שטאט ספארא.
דער אויפרייס איז געווען מאכטפול, אזש עטליכע ארומיגע געביידעס האבן זיך צוזאמענגעלייגט פון איר קראפט. די פאליציי האט באלד אפגעשלאסן דעם געגנט אלס שרעק פון פרישע אויפרייסן, אין די צייט וואס דער רעסטוראנט איז נאך געווען איינגעהילט אין העלישע פלאמען.
ווי אן איבערלעבער שילדערט אין די “יאפאן טיימס”, האט זיך דער אויפרייס געהערט ווי א מעכטיגער דונער. א צווייטער זאגט זא די אויפרייס האט אראפגעפליקט די פענסטער פון א דערנעבנדיגע רעסטוראנט, וואו ער ארבעט. “עס זענען געווען דארט צענדליגע פארוואונדעטע” פארציילט דער ארבייטער.
דער אויפרייס געפינט זיך דריי קילאמעטער פון די דרומית מזרחית אריינגאנג צום צענטער פון שטאט, און א טייל פון די ארומיגע רעסטוראנטן און געביידעס זענען ערנסט געשעדיגט געווארן.