די אידישע געמיינדע אין קאפריסין איז שאקירט און אויפגעברויזט, נאכדעם וואס די ארטיגע רעגירונג וועלכע שטעלט צו זיכערהייט וועכטער פאר די שוהל און די מוסדות, שיקט א ביל און פארלאנגט באצאלט פאר אלע אויסגאבן.
די ראשי קהלה זענען געווען איבעראשט באקומענדיג א ביל פון די רעגירונג פון זעקס טויזענט דאלער, וואס דאס איז צו באצאלן די קאסטן פון די זיכערהייט וואס איז צוגעשטעלט געווארן פארלאפענעם חנוכה פאר די אידישע געמיינדע.
ווי א ווארטזאגער פון די מרכז רבני אייראפע ארגאניזאציע זאגט, איז אט די שריט זייער א באליידיגנדע און פארשעמענדע. “אמת אז נישט אלע אייראפעאישע לענדער שטעלן צו שוץ פאר די אידישע געמיינדע ביי יעדע אידישע יום טוב, אבער עס איז אומדערהערט אז מען זאל יא צושטעלן, און דערנאך פארלאנגען באצאלט דערפאר”. זאגט ער.
אין א ביטע צום קפריסישער רעגירונג, האט די ארגאניזאציע געבעטן אז “איר זאלט אוישן מיינונג, און זיכער מאכן אז די אידישע געמיינדע אין קפריסין זאל באקומען די זעלבע שוץ וואס זייערע ברודער און שוועסטער קריגן אין אנדערע לענדער אין אייראפע”.