א 24 יעריגער כינעזער איז נעכטן ארעסטירט געווארן אין שאם שאוי פאו אין האנג קאנד, נאכדעם וואס ער האט אראפגעווארפן פון א הויכן געביידע הונדערטער באנקנאטן צום גאס.
די אפיציעלער סיבה פאר זיין ארעסט איז געווען אז ער האט געשטערט די טראפיק, און אריינגעלייגט פיסגייער אין א געפאר, נאכדעם וואס זיי האבן פרובירט צו כאפן די באנקנאטן צווישן די פארענדע קאר’ס אויפן שאסיי.
די רעדע איז פון וואנג טשינג, א יונגער מענטש וואס איז געווארן א מיליאנער נאכן אינוועסטירן אין די ביטקוין, אבער ווי עס שיינט האט ער נישט קיין אהנונג וואס צו טוען מיט זיין געלט, און ער האט אויך נישט די אדרעס פון די שרייבער פון די שורות…
נו, אז מ’האט נישט וואס צו טון מיט ס’געלט, ווארפט מען עס ארויס… ער האט אנגעהויבן אראפצעווארפן פילע באנקנאטן פון א הויכע געביידע, און שאקירטע פארבייגייער האבן פלוצים געזען ווי עס רעגנט געלט אויף זייערע קעפ… באלד איז געווארן א געלויפעכץ, און מענטשן האבן פרובירט צו כאפן וואס מער געלט פון די גאס.
די כינעזע פאליציי האט באקומען א רוף איבער א מענטש וואס ווארפט אראפ געלטער אויפן גאס, און בליץ שנעל איז ארומגעפארן אין די סאציאלע מידיע בילדער און ווידעאו’ס פון מענטשן וואס כאפן הונדערטער באנקנאטן פון די האנג קאנג’ער וואלוטע… דער מיליאנער האט שפעטער געשריבן אז ער וועט טיילן געלט פאר אלטע מענטשן אז זיי זאלן האבן צו עסן.
דער יונגער וואנג איז אנגעקומען מיט זיין טייערע לאמבארגיני קאר אום פיר אזייגער נאכמיטאג וואו עס האבן אים אפגעווארט אסאך מענטשן, און ער האט נישט אנטוישט, נאר באלד אנגעהויבן צו פארטיילן פינף הונדערטער באנקנאטן פאר מענטשן, און עס איז געווארן אן ערנסטער געדרענג ארום אים. די פאליציי איז אלארמירט געווארן איבער די אומארדענונג, און דער מיליאנער איז ארעסטירט געווארן.
דער מיליאנער האט אפגעכאפט זיין ארעסט לעבעדיג אויפן פאון, און פונעם פאליציי קאר האט ער ווייטער געכאפט קליפ’ס און עס ארויפגעשטעלט אויף זיין סאציאלע מידיע, ביז ווען די פאליציי האט אים אפגעשטעלט און פארבאטן דאס צו טון.
באזונדער האט די פאליציי געמאלדן אז די אלע וואס האבן באקומען פון אים געלט, האבן דאס גענומען ‘אומלעגאל’, און יעדער איינער מוז עס צוריק געבן פאר ‘די פאליציי’, נוסח כינע… א באזונדערע ווארענונג איז געקומען אז ווער עס ברענגט נישט צוריק דאס געלט וועט אויסשטיין ארעסט…
אסאך מענטשן האבן זיך דערשראקן און מיט גרויס אויפברויז און ווייטאג צורק געגעבן די שווערע געלטער וואס זיי האבן צוזאמענגעקליבן אונטער פארענדע קאר’ס, אדער אין ערנסטע געדרענג.
דער מאדנער יונגער מיליאנער איז אנגעקלאגט געווארן פארן שטערן ארדענונג, א זאך אויף וואס ער קען באקומען א יאר ארעסט, און פינף טויזענט דאלער קנס.