דער 22 יעריגער עדעם טאמאס, און זיין פרוי די 38 יעריגע בריטישע קלאודיע פאטאס, זענען געווען א טייל פון די גרופע וואס איז ארעסטירט געווארן פאר עטליכע מאנאטן צוריק, זייענדיג אקטיווע מיטגלידער אין א ווילדע און שעדליכע נאצישע אומלעגאלע ארגאניזאציע.
אין געריכט פון בירמינגעהם האט זיי דער ריכטער פארשיקט אין ארעסט, טאמאס האט באקומען א זעקס און א האלב יעריגע טערמין, און פאטאס א פינף יעריגע טערמין.
אין די קלאגעס שטייט אז אין א שמועס מיט איינע פון די נאצי פריינט האט זי געזאגט א זאלע אידן דארפן שטארבן. טאמאס זעלבסט האט אייביג גערעדט ווי א ריכטיגער נאצי, און אויסגערימט די ריינע ראסע, שטופנדיג די קרומקעפיגע ברוטאלע אידיאלאגיע אז יעדער וואס איז נישט פון זיין ראסע, פארדינט זיך נישט צו לעבן, עפ”ל.
זיי האבן געבוירן א קינד און אים א נאמען געגעבן אדאלף, אין עהרע פון דער גרויליגער רשע און חיה רעה היטלער ימח שמו. זיי האבן געהאט א שטוב וואו די ווענט זענען געווען אנגעלייגט מיט האקן קרייצן, און ראסיסטישע קו-קלוקס-קלען סימבאלן.
ווי שרעקעדיג עס הערט זיך, איז דער ראסיסט און אנטיסעמיט גאר געווען א שיינע פאר חדשים אין ירושלים, וואו ער האט זיך איינגעגלידערט אין מכון מאיר וויאזוי מען לערנט זיך צו זיין א איד…
א ווארטזאגער פון מכון מאיר באשטעטיגט אז ער האט טאקע געלערנט אין זייער ישיבה, ביים גרים אפטילונג.
“מיר האבן אנהייב נישט געוויסט ווער ער איז, ער איז געווען איינער מיט אסאך וויסנשאפט אין תורה, א רואיגער און געשמאקער פון די ערשטע מינוט, אבער נאך א שטיק צייט האבן מיר געשפירט אז ער איז טויט צעדרייט”. פארציילט ער.
“ער האט א פאנטאסטישער זכרון, און ער האט געלערנט מיט א געוואלדיגע ברען די תורה… ער האט אויך א פינסטערע זייט פון ראדיקליזעם, און אין די מינוט וואס די זייט האט ארויסגעשפראצט, האבן מיר פארשטאנעם אז מיר קענען אים נישט לערנען צו זיין א גר.
טאמאס האט זיך גערופן אין די ישיבה ‘אבי טאמאס’, און זיינע חברים אין קלאס האבן אים געקענט אלס ‘אבי בן אברהם’.