א קינד אין די פאראייניגטע שטאטן, האט באשלאסן צו קלויבן א פרישע פאמיליע נאמען, נאכדעם וואס זיין יעצטיגע נאמען – “טראמפ” – ברענגט אים צו געפערליכע טשעפערייען און רדיפות אין שולע.
די רעדע איז פון די עלף יעריגער דזאשוע טראמפ פון די שטאט קליימאנט אין דאלאוואר, וואס ליידט שוין רדיפות און טשעפערייען, גייסטישע און פיזישע, זינט דער טאג וואס דאנעלד טראמפ האט אנגעהויבן זיין פרעזידענטליכן קאמפיין.
דאס קינד האט נישט קיין שום שייכות מיט די משפחה פון פרעזידענט טראמפ; ער האט דאס באקומען א ירושה פון זיין מאמע, אבער אצינד וועט ער זיך רופן מיט די טאטעס נאמען, אלס דזאשוע באראטא.
ווי די עלטערן פון דעם גע’רודפ’טן קינד זאגן, איז ער כסדר אהיים צובראכן און צוקלאפט פון שולע, אויף אזוי ווייט אז ער האט אויפגעהערט צו גיין לערנען אין שולע, און איז געבליבן אינדערהיים.
דאס יאר האבן זיי באשלאסן צו עפענען א ניי בלעטל, און ער איז אריין אין א נייע שולע, אבער די רדיפות זענען ווייטער פארגעקומען, בלויז ווייל ער טראגט א נאמען ‘טראמפ’, וואס ווערט פארהאסט און פילע קינדער ווערן ערצויגן אין שטוב מיט א בלינדע שנאה צום פרעיזדענט טראמפ.
ווי זיין מאמע זאגט, איז זי געזעסן נעבן אים, און געהערט ווי דאס קינד רעדט צו זיך א פארביטערטער אז ער האט זיך פיינט, און ער איז טרויעריג. “מען שעלט מיר, מען רופט מיר נאר, אידיאט, פארוואס?” האט דאס קינד געוויינט צו זיך אליינס.
די שולע באאמטע האבן רעאגירט אז זיי נעמען ערנסטע שריט קעגן די בולי קינדער וואס טשעפענען טראמפ – אנטשולדיגט, דער ביז יעצטיגער טראמפ – און פינף פון זיי האט מען שוין אפיר געהאלטן אין דעם מנהל’ס אפיס…