דער קאיאטי וואלף איז איינער מיט וועמען עס לוינט נישט אנצוהייבן, ער איז קלוג און עסט וואס ער זעט נאר. דער קאיאטי האט זיך לעצטנס אויפגעבליהט אין אמעריקע און אין קאנאדע, און עס איז נישט לייכט צו האבן דעם וועלוול קאיאטי פאר א שכן.
לעצטנס האט זיך מאנטעראל געטראפן זיך פארמעסטן מיט דעם קאיאטי וועלכער האט אנגעהויבן זיך צו שפירן היימיש, און אטאקירן מענטשן און היים באשעפעניש. די וואך האט מען אדאפטירט אין קאנאדע א פרישער “בוליאינג” סטראטעגיע קעגן דעם קאיאטי, וועלכע קומט אלס אינספיראציע פון די וועג וויאזוי די אמעריקאנער דענווער האט זיי באהאנדלט.
דער ציל איז אז מען לערנט אויס דעם קאיאטי צוריק צו מורא האבן פון מענטשן, און זיך שפירן אומזיכער צו אטאקירן. אזוי אויך לערנט מען די איינוואוינער זיך נישט צו שרעקן פון גיין נאנט צו די וועלף, און זיי דערשרעקן. נאר אזוי וועט מען קענען פטור ווערן פון די וועלפישער אנשיקענעש לויט די אויטאריטעטן.
זינט יולי 2017 האט מען געהערט פון מער ווי טויזענט באריכטן איבער קאיאטי וועלף וואס דרייען זיך ארום אין מאנטרעאל. אינעם לעצטן זומער זענען 19 מענטשן געביסן געווארן פון די וועלף, אין דעם איז אריינגערעכנט דריי קינדער. אין אלע פעלער זענען נישט געווען מער ווי גרינגע ביס-וואונדן, אבער עס איז גענוג צו דערשרעקן און באזארגן די מאנטרעאלע איינוואוינער.
אום יולי איז אריינגעפירט געווארן א קלאגע קעגן די שטאטישע באאמטע אז זיי טוען גארנישט צו לעזן די פראבלעם. און דא האבן זיי באשלאסן אז מען נעמט זיך אין די הענט אריין, און מען וועט צום ערשטן מאל אין קוויבעק טרענירן די איינוואוינער וויאזוי צו באהאנדלען און דערשרעקן די קאיאטי’ס.
צווישן אנדערע לערנט מען אויס צו פייפן מיט א פייפער אויף זיי, קלאטשן מיט די הענט, שאקלען מיט די הענט און קוויטשענען אויף די וועלף. עס איז א בחינה ווי שרייען “וואלף וואלף”, ווער ווייסט, אפשר וועט עס דאסמאל יא העלפן… באזונדער מוטיגט מען אלע דרייווער צו פייפן מיט דעם קאר צו די וועלף.
אויסער די קולות וברקים וואס מען זאל מאכן אויף די קאיאטי וועלף אינוואנדירער, האט מען אויך ערלויבט צו ווארפן זאכן אויף זיי, אבער נישט שלאגן אדער שעדיגן, נאר בלויז דערשרעקן.
אום אפריל האט די שטאט געעפנט א האטליין פאר ווער עס טרעפט א וואלף אויפן גאס, אז מען זאל עס קומען פארטרייבן, און דארט רופט מען אריין. באזונדער האט די שטאט אויפגענומען א צייטווייליגער שטאב פון ארבעטער, וואס זייער ארבעט איז צו מאכן קולות ארום פארק’ס און גרויסע צענטערן, אז די וועלף זאלן זיך נישט דערוואגן צו דערנענטערן. באזונדער איז מען גאר שטרענג אז מען זאל נישט איבערלאזן פילע מיסט זעקלעך אויפן גאס, א זאך וואס ציעט וועלף.
טראץ וואס נאטורליך איז דער קאיאטי אן איינזאמער באשעפעניש, קען ער זיך פארט לייכט איינגלידערן אין א שטאט צווישן מענטשן. מען האט געקענט זען אין די פארק’ס פון מאנטרעאל ווי וועלף דרימלען אונטערן באנק, און הונדערטער מענטשן זענען אריבערגעגאנגען דערשראקן, נישט וועלנדיג אים אויפוועקן.
די צפון קאראליינע באאמטע וואס האבן זיך אויך געספראוועט מיט די קאיאטי וועלף, האבן געזאגט אז “עס איז נישט גרינג צו צוריקברענגען אין די וועלף א שרעק פון דאס מענטשהייט. אויב ער ווערט ווילד און דרייט זיך מיט מענטשן, דארף מען אים שיסן, ווייל אנדערש וועט ער נישט אוועק גיין”.
אין דענווער – וואו מען האט שווער געארבעט צו מאכן קולות און פארטרייבן די וועלף דורך זיי אנשרעקן – האט די שטאט געמוטיגט די איינוואוינער צו נוצן טעכניקן וואס דערווייטערן די וועלף, אבער דאס מערסטע האבן זיי אכטונג געגעבן צו זיכער מאכן אז מענטשן זאלן טוישן זייער רעאקציעס צו די וועלף. א וואלף דארף אנהייבן שפירן אז די מענטשן גייען אים נישט צושטעלן קיין עסן אין שטעטל, און ער קען זיך נישט דרייען ארום דאס מענטשהייט רואיגערהייט, נאר מ’וועט אים פארשרייען און באשייגעצן.