די גאר פריידיגע נייעס ווערט אויפגענומען דורך כלל ישראל, אז די היסטארישער און וויכטיגער “טורמע רעפארם ביל” וואס וועט פארלייכטערן פאר ארעסטאנטן אין די טורמע, צווישן זיי אחינו בני ישראל יושבי חושך וצלמות אונטער שלאס און ריגל, נאכדעם וואס א מערהייט פון סענאט – 86 סענעטארן קעגן 12 – האבן געשטימט דערפאר.
קומענדיגן דאנערשטאג וועט דער ביל גיין פאר אפשטימונג אין קאנגרעס, און ווען עס וועט בעז”ה אריבערגיין, וועט דער פרעזידענט אונטערשרייבן דעם ביל קומענדיגן פרייטאג.
אידישע קינדער איבער די וועלט ווייטער מתפלל אז דער ביל זאל אדורכגיין בשלום, און די אידן וועלכע זיצן אין די תפיסות זאלן א דאנק דעם קענען ווי פריער און לייכטער זיך צוריק פאראייניגן מיט זייערע בענקעדיגע פאמיליעס.
די גוטע פארשריט איז גאר א שטארקע אינספיראציע פאר דעם היימישן ציבור, נאכדעם וואס א היימישער אינגערמאן האט געארבעט פאר דעם ביל פאר אכט יאר צוריק מיט שוואכע שאנסן אבער אצינד האלט עס שוין אט אט ביים אריבערגיין, און כלל ישראל האט פארלאפענע וואך אויפגעטריבן צוויי מיליאן דאלער לטובת דעם געזעץ.