אן אינטערעסאנטער געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אויף א פליגער וואס האט געמאכט איר וועג קיין ווענעציע, נאכדעם וואס א איד האט זיך אויפגעשטעלט, און איינגעלאדענט אלע פאסאזשירן צו קומען אין זיין חב”ד הויז אויף שבת.
דער חב”ד שליח פון ווענעציע האט געבעטן פון איינעם אין די מאנשאפט, זאל אים געבן די מייק, ער האט עפעס א מעסעדזש פאר די רייזענדע.
די מייק איז געגעבן געווארן פאר דעם אידל, וואס האט שטיל געמאכט, און אנגעהויבן צו זאגן זיין דרשה, צוערשט אויף העברעאיש, און דערנאך אויף ענגליש:
“א גוטן! יעצט ווען איך בין א פאקטישער שליח פון ליובאוויטשער רבי, וויל איך אייך אלע פערזענליך לאדענען צו אונזער חב”ד הויז”.
“ווער עס קומט קיין ווענעציע און נישט אן צו זיין אויף שבת, איז העפליך געלאדענט צום חב”ד הויז, מ’קען קומען מיטכאלטן דאס דאווענען און די סעודות”.
דאן האט ער צוגעלייגט אז “פאר סיי וועלכע הילף, אדער אויב האט איר סיי וואספארא פראבלעם, קומט אריין אין בית חב”ד, מיר וועלן אייך העלפן. א דאנק”.
די פאסאזשירן האבן געקלאטשט און זיך באדאנקט פאר זיין קורצע דרשה, און א פאסאזשיר האט אפגעכאפט א ווידעא פון די דרשה וועלכע איז געגאנגען וויירעל, אויסלויבנדיג דעם איד פארן אינזינען האבן אנדערע מענטשן.