די אידישע געמיינדע אין טעקסעס איז אויפגעשוידערט געווארן נאכדעם וואס א שילד מיט די אויסדרוק “פעיק ניוס” איז געשטעלט געווארן אין ריכטונג פון א האלאקאסט מוזעאום אין שטאט סאן אנטאניא.
דער האלאקאסט מעמאריאל מוזעאום ווערט אנגעפירט דורך די ארטיגע אידישע געמיינדע, און איז פלאצירט אויף די אידישע צענטער וואו עס געפינען זיך אויך די ארטיגע מוסדות
דער שילד אויף וואס עס איז געשטאנען “פאלשע נייעס” און “מאך אמעריקע מעכטיג ווידעראמאל”, האט געהאט א פייל וועלכע ווייזט צום ריכטונג פונעם מוזעאום, און די ארבייטער האבן עס אראפגענומען ווי נאר עס איז באמערקט געווארן.
ווי די ווארטזאגער פון דעם מוזעאום זאגן, איז דאס א אפענע וואנדאליזם קעגן די אידישע געמיינדע, און עס לייקענט די האלאקאסט אויף א געמיינער און שפיזיגע וועג, נאכן טרייבן שפאס פון די מיליאנען אידישע קרבנות פונעם האלאקאסט וואס ווערן געדענקט אינעם מוזעאום, און טשעפעט די לעבעדיגע עדות וועלכע זענען נאך פארבליבן פונעם קריג, ווי צו זאגן אז זיי פארקויפן פאלשע נייעס.
דערווייל איז נישט קלאר ווער עס האט אראפגעשטעלט דעם שילד, און וואס זיינע מאטיוון זענען.