די פרעסטידזשפולע און גרויסארטיגע דייטשע צייטונג “דער שפיגל”, וואס איז די גרעסטע דייטשער צייטונג, און פון די גרעסטע צייטונגען איבער אייראפע, האט געכאפט א קלינגעדיגע פראסק אין אירע באקן, נאכדעם וואס איינע פון זייערע פרעסטידזשפולע זשורנאליסטן האט זיך מודה געווען אז ער האט פאבריצירט נייעס.
קלאוס ראלציאוס, דער 33 יעריגער זשורנאליסט וועלכער איז אפגעזאגט געווארן, איז געווען איינע פון די גרעסטע און בעסטע זשורנאליסטן פון ‘דער שפיגל’, וואס האט געארבעט פאר זיי די לעצטע זיבן יאר, בעיקר מיטן שרייבן אנאליזן. באזונדער האט ער אויך געארבעט פאר נאך מידיע קאנאלן און נעצן.
דער רעספעקטירטער זשורנאליסט קלאוס ראלציאוס וואס איז אין יאר 2014 באקרוינט געווארן דורך די CNN נייעס אגענטור אלס ‘דער זשורנאליסט פון יאר’, שטעלט זיך ארויס אלס איינער וואס האט נישט ‘געקענט אסאך נייעס’, נאר ליבערשט איינער וואס ‘האט געקענט “פאבריצירן” אסאך נייעס’.
אין אן ארטיקל אינעם שפיגל נעכטן, האבן זיי געשריבן אז קלאוס ראלציאוס האט זיך מודה געווען צו די רעדאקציע, אז ווען ער האט געוואלט אינטערשטיצן זיינע אנאליזן און מיינונגען, אבער ער האט נישט געהאט פאקטן אדער אנעקדאטן עס צו פעסטשטעלן, האט ער פאבריצירט אייגענע געשיכטעס, וואס דער ציבור האט אפגעקויפט זייער גערן.
פארשטייט זיך אז דער זשורנאליסט, אדער בעסער געזאגט דער בעקער און פאנאטזירער, איז געפלויגן פון אמט אין דער שפיגל, און עס איז ערווארטעט אז אלע איבעריגע נייעס קאנאלן וואו ער איז אקטיוו, וועלן אים אויך באפעלן צו פארמאכן דעם טיר אויפן זייט פון די גאס, און דארט פארבלייבן…
די סקאנדאל איז אפיר געקומען נאכדעם וואס אן ארבעטס קאלעגע יאהאן מאראנא, וואס האט צוזאמען מיט אים געשריבן א געשיכטע איבער די אמעריקאנער-מעקסיקאנער גרעניץ, האט באמערקט אז געוויסע זאכן שטימען נישט, און טייל פון זיינע קראנטע באווייז האבן נישט קיין פולע דעקונג.
ער איז דאן נאכגעגאנגען צוויי געוויסע ציטאטן וואס ראלציוס האט געשריבן אין אן ארטיקל פארלאפענעם נאוועמבער. נאכן נאכגיין די זאך, האט ער פעסטגעשטעלט אז די צוויי מענטשן וועמען ער האט ציטירט, האבן קיינמאל נישט געזען אדער גערעדט מיט ראלציוס, טראץ וואס ער אין די ארטיקל איז קלאר געשטאנען אז יא.
באזונדער האט ער אויפגעדעקט א געשיכטע איבער א תימנ’ער ארעסטאנט אין גואנטאנאמא, און איבער א גרויסער אמעריקאנער ספארטלער, וואס ביידע האבן אים פארציילט, אז די מעשה וואס ראלציאוס האט געשריבן מיט אזא זעלבסט זיכערקייט, איז קיינמאל נישט געווען. ווי טיפער ער האט עס נאכגעפארשט, אלס מער האט מאראנא געזען אז זיין קאלעגע האט פאבריצירט זאצן, ציטאטן, און צומאל אפילו מענטשן אויך…
פאר אונז אידן איז נישט קיין נייעס אז דער שפיגל פאבריצירט געשיכטעס, ליידער האבן זיי אין די יארן בעפאר – און דורכאויס – די צווייטע וועלט קריג, געשפילט א גרויסע ראלע אין די צרות וואס אונזערע זיידעס האבן געליטן אין אייראפע, נאכדעם וואס זיי האבן געדרוקט כסדר העסליכע אנטיסעמיטישע קארטונען און בייסיגע ארטיקלען, פיל מיט ליגענט, האס און שנאה, מיט בלבולים וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
א וואונדער אז זייערע שרייבער ווייסן וויאזוי צו פאבריצירן נייעסלעך און געשיכטעס?