לעצטנס האבן זיך פארמערט די שווינדלער’ס וועלכע פרובירן מיט אלע מיטלען ארויסצושלעפן געלט פון מענטשן דורך זיי אנשרעקן מיט כל’ערליי סטראשונקעס און דראאונגען, פון איי.אר.עס רופער ביזן זיך פארשטעלן ווי א שטאטישע ארבעטער און קלאפן אויפן טיר פון שטוב.
נישט אזוי לאנג צוריק האבן מיר באריכטעט אויף אידישער ווינקל איבער א באטריגער וועלכע האט זיך אראפגעווארפן פארנט פון קארס און געמאכט קולות און געשרייען אז דער דרייווער זאל אים שוין באצאלן געלט אז נישט רופט ער פאליציי.
מיט עטליכע טעג צוריק האט זיך אין סאמע וויליאמסבורג אפגעשפילט א פרישע חידוש בעולם ה’שווינדלעריי.
א אינגערמאן איז אהיימגעקומען ביינאכט, און פארקירט זיין אויטא אויף העווימייער סטריט, ווען בשעת פארקירן האט ער זיך נוהג געווען ווי זיינע זיידעס – בעפאר די בעקאפ קעמארע עפאכע – און געפארקט לויט די דעמאלטסדיגע סטאנדארטן, דהיינו, מ’בעקט ביז מ’שפירט אז מ’האט אנגערירט דעם אונטערשטענס באמפער דאן גייט מען צוריק אויף דרייוו ביז מ’רירט אן דעם שכן פארנט פון זיך, וחוזר חלילה ביז מ’איז אינעם ספאט…
הכלל, דער אינגערמאן האט אזוי איידל געגעבן א ריר אן די אויטא אונטער זיינס, ארויסקומענדיג פון זיין קאר קומט צו צו אים אן ערל און נעמט זיך שרייען אויף אים “דו האסט צוקריצט מיין קאר, קוק דא” ווייזנדיג אויף א קליינע קריץ…
דער אינגערמאן האט פרובירט צו זאגן אז ער האט עס נישט געטוהן, ס’שוין געווען פון פריער, אבער דער גוי האט זיך נישט געלאזט.
“געב שוין אהער צוויי הונדערט דאלער דאן מאך איך נישט קיין קעיס דערפון, אז נישט רוף איך פאליציי און כ’וועל מאכן א פאליציי רעפארט.” הכלל, דער אינגערמאן האט מחליט געווען מה לי לצרה הזאת, וואס פעלט מיר אויס יעצט זיך צו אנטשעפענען מיט אים, ס’שוין גענוג שפעט אין די נאכט אזוי אויך, ער ציעט ארויס פון טאש 2 מאה’לעך און דערלאנגט עס אהין פארן גוי. וועלכע איז אוועק פון דארט שמח וטוב לב.
נאך וואס דער ערל האט שוין אוועקשפאצירט איז דער אינגערמאן צוגעגאנגען פון דערנאנט צו באטראכטן די מורא’דיגע שאדן וואס ער האט אנגעמאכט, וועלכע האט אים אפגעקאסט יעצט צוויי הונדערט טאלער… זעהט ער נישט-מער-און-נישט-ווייניגער א שטאפענעם היט ליגט באקוועמערהייט אויף איר ארט אינעם קאר וואס באלאנגט צו א היימישע אינגערמאן!