דאקטער לארא קאלאב, א מוסלאמענער אפטייקערקע פון קליוולאנד, איז אפגעזאט געווארן פון איר ארבעט אינעם קליניק וואו זי האט געארבעט, נאכדעם וואס זי האט ארויסגעשטעלט מעסעדזשעס קעגן אידן, און עס האט אנגעהויבן ארומצעפארן ווילד אין די סאציאלע מידיע פלאטפארמעס.
די דאקטער איז באקאנט מיט אירע ווילדע אנטיסעמיטישע שטעלונגען, און איז א שטיצערן פון די BDS באוועגונג וואס פירט א באיקאט קעגן איזראעלי פראדוקטן.
זי איז געווען איינגעשטעלט אין די באקאנטע קליוולאנד קליניק פאר בלויז געציילטע מאנאטן, און דאן איז זי פון דארט געפלויגן פארלאפענעם סעפטעמבער, נאכן צייגן פאר די פירער פון שפיטאל אירע העסליכע מעסעדזשעס וואס זי שרייבט.
נאכן פליען האט זי אויסגעמעקט אלע אירע גרויליגע מעסעדזשעס, צווישן אנדערע איז געשטאנען “הלוואי איך קען געבן פאר אידן די נישט ריכטיגע מעדעצינען”, און נאך א טוץ פון סטראשונקעס, קללות, און ווילדע העצעס קעגן אידן.
די אלע מעסעדזשעס זענען אראפ פון טיש, אבער זעט אויס אז איינער האט געלייגט א יד דערויף, און עס אנגעהויבן ארומצעשיקן אין סאציאלע מידיע פלאטפארמעס, וואו אירע שריט האבן זיך ערוועקט פון פריש, און זי האט מער נישט געקענט באהאלטן אירע געמיינע מעשים.
טוויטער האט באלד גענומען שריט, און פארמעקט איר אקאונט.
די אייגענטומער פונעם קליניק האבן נעכטן ארויסגעגעבן אן אפיציעלער מעלדונג איבער דעם אינצידענט, שרייבנדיג אז “מיר האבן איר אפגעזאגט אין די רגע וואס מיר האבן געהערט וואס זי האט געשריבן, זי האט אנגעיאגט צו ארבעטן פאר אונז געציילטע מאנאטן, און באלד ווען מיר האבן געהערט אז זי שרייבט קעגן אידן איז זי געווארן אפגעזאגט”.
עס דארף באמערקט אז די קליוולאנד קליניק איז פון די גרעסטע קליניקס אין אמעריקע, און זי האט אסאך אידישע ארבייטער וואס זענען אפיציעל פטור פון ארבעטן אום שבת קודש. זיי מוטשענען זיך נישט מיט אנטיסעמיטיזם בדרך כלל, און עס זענען פארהאנען דארט עטליכע חרדי’שע אידן וואס זענען דארט איינגעשטעלט.