אין אן אנטיסעמיטישע אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט פארגאנגענע וואך, האבן זיך 2 פארשוינען אריינגעבראכן אין א שוהל אין נארפאלק ווירזשיניע, אין וואנדאליזירט דעם בנין אינעווייניג.
די צוויי פארשוינען א מאן און פרוי, האבן זיך אריינגערוקט אינעם בנין ארום 10:45 אין אווענט, פון אן אונטערשטע טיר וואס איז געווען אפן. זיי האבן וואנדאליזירט דעם בנין, און זיך אפגעטראגן פונעם סצענע.
“…די וואס האבן אפגעטון דעם אקט טוען נישט רעפרעזענטירן וואס די געמיינדע פון דעם שוהל איז”, האט זיך “דזשעפערי בראקי” פרעזידענט פונעם שוהל אויסגעדרוקט אין א סטעימענט.
די צוויי זענען געווארן אפגעכאפט דורך די סעירוועילענס קעמרעס און וועלן האפנטליך ווערן אנגעקלאגט, און ארעסטירט, פארן דורכפירן דעם פארברעכן.