די פאליציי אין וואקוויל קאליפארניע, האט ארעסטירט א 35 יעריגער מאן מיטן נאמען אדול סאוסוניאנג וואס איז געקומען אפנעמען זיין צען מיליאן דאלערדיגע לאטערי געווינס, אויפן פארדאכט אז ער האט גע’גנב’עט פון זיין שכן דעם לאטערי טיקעט.
דער שכן מיט וועמען סאוסוניאנג שלאפט אין איין דירה, האט געקויפט א לאטערי טיקעט וואס מען קראצט אפ פאר דרייסיג דאלער בעפאר די חגאות, און ווען ער האט געזען אז ער איז א געווינער, האט זיך אים געדאכט אז ער האט בלויז געווינען צען טויזענט דאלער, און נישט געקלערט אז מ’רעדט דא פון צען מיליאן.
ער האט פארציילט פאר זיינע צוויי שותפים אין די דירה אז ער האט געווינען צען אלפים, און זיי געוויזן דעם קארטל. ווען ער איז צומארגנ’ס געגאנגען אפנעמען דעם געווינס, האט ער צו זיין שאק באמערקט אז זיין לאטערי טיקעט איז גאר פארטוישט געווארן מיט א צווייטע, וואס האט גארנישט געווינען.
ער האט באלד חושד געווען אז איינער פון זיינע שכנים איז דער גנב, און עס אויפגעטוישט ווען ער איז געשלאפן. ער האט באלד אריינגעגעבן א קלאגע אינעם לאקאלן פאליציי סטאנציע.
צומארגנ’ס איז אדול סאוסוניאנג געקומען צו די לאטערי סטאנציע אין שטאט סקראנאנטא, אפצונעמען זיין טיקעט וואס איז – צו זיין שאק – געווען ווערד צען מיליאן, אנדערש ווי ער האט געהערט פון זיין שכן אז מ’רעדט פון בלויז צען טויזענט…
נאך א רוטינע אינטערזוכונג אין די סיסטעם האבן זיי געזען אז נישט סאוסוניאנג האט געקויפט דער טיקעט, נאר א צווייטער. באזונדער איז ער געווארן פארלוירן ווען מען האט אים געבעטן זיין רעסיט אז ער האט געקויפט די טיקעט, א זאך וואס ווערט פארלאנגט אין דעם סטעיט ביי יעדע לאטערי געווינס העכער זעקס הונדערט דאלער.
נאכדעם וואס ער האט געזאגט אז ער וועט פארשאפן די רעסיט, און איז ארויס פון דארט, האבן די לאטערי באאמטע זיך פארבינדן מיט די פאליציי, וואס האבן שוין געהאט געוויסט פון דעם קעיס.
ווען דער גנב איז געקומען עטליכע טעג שפעטער אפנעמען זיין געווינס, האבן אים דארט אפגעווארן פאליציי דעטעקטיוון וואס האבן אים אויפן ארט געקייטלט, און דער ריכטיגער געווינער – וואס זיין נאמען איז נישט ארויסגעגעבן געווארן – וועט קענען קומען אפנעמען זיין געווינס.