א פרישע קאפע הויז וואס איז געעפנט געווארן אין בודאפעסט, די הויפטשטאט פון אונגארן, האט נישט אויפגענומען קיין סארווירער. אנטשולדיגט, ס’איז יא דא סערווירער, אבער נישט קיין מענטשן…
נאר וואס יא? ראבאטן. די פרישע סערווירער זענען העפליכע זיסע ראבאטן, וואס וועלן קומען שמועסן מיט אייך, פארציילן ווערטלעך און מעשה’לעך (כ’קען מיר נישט פארשטעלן די אונגארישע ווערטלעך…), און זיך אפילו ארויסלאזן אין א טענצל מיט די קליינע קינדערלעך וואס קומען דארט עסן…
די “אינדזשוי בודאפעסט קאפע” הויז וואס ווערט געפירט דורך אן ארטיגער טעכנאלאגיע פירמע, וואס האט אויסגערישט דעם גאנצן ארט מיט א שטאב פון ראבאטן, כדי צו ציען א באזע פון קליענטן צו זייערע אנדערע טעכנאלאגישע פארגעשריטענע כלים.
די ראבאטישע סארווירער גייען ארום אויף זייער באשטימטער וועג אנצוקומען צו די קליענטן, און זיי בעטן שיינערהייט אז מען זאל זיך רוקן פאר זיי, ווייל זיי גייען אויף אזעלכע קליינע שינעס, און קענען נישט איבערהיפן קיין מענטשן…
אנדערע ראבאטן זענען פארהאנען בלויז פאר אונטערהאלטונג. למשל דער ראבאט וואס הייסט “פעפער” (כ’מוז מודה זיין, די נאמען שמעקט נישט קיין אונגארישער), קען פירן געשפרעכן מיט זיינע קליענטן, און אפילו טאנצן מיט זיי.
“כדי ער זאל דאס קענען טון, האבן מיר געדארפט אנטוויקלען “פעפער” אז זיין הער קראפט זאל זיין גאר סענסעטיוו, ער זאל קענען הערן פונקטליך וואס זיינע קליענטן זאגן אים, אפילו ווען עס הערט זיך פון ארום די געטומל פונעם קאפע הויז” סאגט טיבאר טשיזמאדיא, דער בעל הבית פונעם קאפע הויז.
אויף די זארג פון געוויסע אז דאס וועט צונעמען ארבעט פון מענטשן, און די שטאט וועט ליידן דערפון, האט זיך טשיזמאדיא פארטיידיגט, און קלארגעשטעלט אז ס’איז נישט ריכטיג.
“מיר מוזן האבן א דאפלטער צאל פון מענטשליכע ארבעטער ווי סיי וועלכע קאפע הויז. צו קענען האבן די 16-20 ראבאטן אז זיי זאלן ארבעטן פון 9 צופרי ביז 9 ביינאכט, דארפן מיר דא האבן א שטאב פון טעכנאלאגישע עקספערטן א גאנצן צייט.”
קליקט אויף די בילדער דאס צו זען קלארער