טשיקאווע נייעס

כינעזער תאוות: גלוסטעניש נאך די שווערע-גערוך פרוכט

די פארלאנג פארן דוריאן פרוכט וואקסט און שטייגט אין כינע, און דערפאר דאס וועט צוברענגען אז גאנצעטע וועלדער אין מאלאזיע וועלט פארטיליגט ווערן.

אקטיוויסטן פאר וועלט קוואליטעט (פרעג מיר נישט וואס דאס מיינט) ווארענען אז ריזיגע שטיקער אינעם דזשונגל ווערן אויסגעריסן כדי צו מאכן ארט פאר די שטעכעדיגע פרוכט וועלכע פארשפרייט ארום זיך זייער א שווערע גערוך.

דער דוריאן פרוכט קומט קיין כינע אין ריזיגע אימפארטן פון די טראפישע געגנטער אין דרום מזרח אסיע, און אירע ליבהאבער רופן איר “דער קעניג פון די פרוכט”.

רוב נארמאלע מענטשן באקומען איבלענישן שמעקנדיג דעם שארפן און שווערן  גערוך פון די פרוכט, אויף אזוי ווייט אז אין רוב האטעלן איבער די וועלט מעג מען דאס נישט אריינברענגען, און אין סינגאפאר טאר מען דאס נישט ניצן אין די סאבוועי.

אבער דער דוריאן איז גאר באליבט ביי די כינעזער, און זיי שמירן דאס אויף געוויסע ערטער, עס איז געווארן די פאפולערסטע און מערסט געזוכטער פרוכט אין לאנד, אזש פילע פארמער אין מאלאזיע האבן אויפגעהערט דאס צו לאזן וואקסן ביי זיך אין הויף, און זיי האבן אנגעהויבן צו אויסהאקן גאנצע וועלדער צו קענען האבן גענוג דוריאנען.

אקטיוויסטן שרייען אז די געגנט ווערט א געפאר, נאכדעם וואס די רעגן וועלדער פון ארום ווערן פארשוואונדן, און דאס קען ברענגען גרויסע פארפלייצונגען און אנדערע נאטורליכע שוועריקייטן, צווישן זיי אז די פילע באשעפענישן וועלכע לעבן דארט וועלן נישט האבן וואו צו וואוינען, זיי וועלן זיין געצווינגען צו זיין צווישן מענטשן, און עווענטועל אויסגעראטן ווערן.

אז די כינעזער האבן שיעפע אויגן האב איך געוויסט, אבער זעט אויס די נאז שטייט זיי אויך שיעף. וואס זאל איך טון אז זיי פארשטייען נישט צו א שמעק?…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.