בילדער

“קעלט טשעלענדזש” אין רוסלאנד!

די פרעסטן אין רוסלאנד זענען אייביג בייסיג און ביטער, אבער דאס יאר איז סיביר און אוראל עפעס ספעציעל קאלט, ווען ס’האלט שוין ביי מינוס פערציג גראד.

זיך צו דערווארעמען אין די ביטערע קעלט, האבן אפאר ליידיגגייער באשלאסן צו מאכן א “קעלט טשעלענדזש”, וואס באשטייט פון ארויסגיין מיט א טעפל קאכעדיגע וואסער, און דאס שפריצן אין די לופטן.

פון גרויס קעלט, ווערט די הייס וואסער בליץ שנעל פארוואנדלט אין שטיקער אייז, און די מ’כאפט בילדער פון אט די וואונדערליכער און אינטערעסאנטע מאמענט.

אזוי קוקט מען אויס ווען מ’האט נישט קיין בלאט גמרא מיט וואס זיך צו דערווארעמען…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.