מיט די נידעריגסטע צופרידנהייט ראטע זינט ער איז אויפן בענקל, ווען זיין אדמיניסטראציע איז געצווינגען צו אינוועסטירן ביליאנען דאלארן צו איינצוימען די אפעקטן פון די מערב סאנקציעס, און די פרייזן ווערן אלס העכער און העכער, קען זיך דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין נישט ערלויבן א פרישע טייערע וואפן געיעג מיט די פאראייניגטע שטאטן.
א וואך צוריק האט וואשינגטאן געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט אנהאלטן די וואפן-קאנטראל אפמאך וואס איז אויסגעהאמערט געווארן צווישן איר און רוסלאנד אין יאר 1987, זאגנדיג אז מאסקווע האלט זיך שוין לאנג נישט צום אפמאך.
עס איז געקומען מיט א הוספה, אז ביז א האלבע יאר וועט מען ארויסגיין דערפון אפיציעל, און דאס וועט געבן א שאנס פאר אמעריקע צו אנטוויקלען פרישע מיסלס, וואס איז ביז היינט נישט געווען ערלויבט צוליב די אפמאך.
די דאזיגער באשלוס פארגרעסערט די שאנסן פאר א פרישער הייסער וואפן געיעג צווישן וואשינגטאן אין מאסקווע. פוטין האט רעאגירט אז רוסלאנד וועט טון דאס זעלביגע, זיי וועלן זיך אפלאזן פון דעם אפמאך.
אבער אז מיר קוקן מיט אן עטוואס קלארערן בילד, זעען מיר אז מיסטער פוטין וועלכער באנוצט זיך צומאל מיט א קריגערישע רעטאריק אלס א טייל פון זיין קאנפראנטרירונג מיט די מערב וועלט, האט דאסמאל נישט ארויפגעברענגט דעם פארשלאג.
פוטין זאגט נישט פון אנהייבן פון פריש אנטוויקלען מיסלס, און ער זאגט אז די געלט פאר די נייע פראגראמען דארף קומען פון עקזיסטירנדע בודזשעטן.
באזונדער האט ער געזאגט אז אז מאסקווע וועט נישט אראפשטעלן נייע ערד צו לופט מיסלס איבער אייראפעאישע אדער אנדערע באזעס, ביז ווילאנג אמעריקע וועט דאס נישט ערשט טון.
א באריכט ווייסט צו דערציילן אז פוטין האט געזאגט פאר זיין פארטייגיגונגס סעקרעטאר סערגעי שאויגא אז “מיר טארן נישט ווערן אריינגעשלעפט אין א פרישע קאסטבארער וואפן געיעג”.
און דאס קומט נישט צוליב זיין גרויס ענווה ווען מ’האלט ביים צייגן מיליטערישער מאכט, נאר פשוט וויבאלד זיין פינאנציעלער שטאנדפונקט דרוקט אים שטארק אין קעשענע.
דער עקאנאמיע אין רוסלאנד איז נישט גוט, זיין פאליטישער קאריערע האט געכאפט א הילכיגער פראסק, און קאשמארענע זכרונות פון א וואפן געיעג צווישן אמעריקע און רוסלאנד, וואס האט עווענטועל געקאסט די פרייז פון א גרויסער לוויה אויף די מעכטיגער און שרעק ווארפענדער סאוויעטן פארבאנד, איז עפעס וואס האלט צוריק פוטין פון זיך שטעלן פאר א פרישן פארמעסט קעגן אמעריקע.
פארשטייט מיר נישט אומריכטיג, דאס מיינט נישט אז פוטין אינוועסטירט נישט אסאך אין זיין מיליטער. פאראיאר האט ער פראקלאמירט געווער וואס לויט אים איז נישטא קיין איין מיליטער איבער די וועלט וואס פארמאגט אזאנס, אריינגערעכנט א שטומע-לאזער מיסל, לייזער וואפן, און אונטערוואסער נוקלעארער מיסל. אבער פארט איז ער היבש באגרעניצט פאר א מעכטיגער וואפן געיעג.
“מיר דארפן נעמען אין באטראכט די פראגע, אויב א וואפן געיעג וואס קען אונז צושניידן אויף שטיקער, איז א רעאליסטישער זאך” האט סערגעיי דאווינין, דער געוועזענער באנק פירער פון רוסלאנד צענטראלער באנק, געזאגט פאר די רוסישע טעלעוויזיע בעפאר טראמפ האט געמאלדן אז אמעריקע ציעט זיך ארויס פון די אפמאך.
לויט אים, פרובירט אמעריקע נאכאמאל איבערצושפילן זייער געלונגענע סטראטעגיע דורכאויס דעם קאלטן קריג – וואס האט געשטופט רוסלאנד צו א שרעקליך קאסטבארע אונטערנעמונג וואס זיי האבן זיך נישט געקענט ערלויבן.
ער האט צוגעלייגט אז רוסלאנד דארף זיין קלוג, און רעאגירן אויף אן איבערגעשפיצטער וועג, ווי איידער אריינצופאלן אין אמעריקאנעם זאק אריין.
און ער האט רעכט. די בילדער פון די אויסגעליידיגטע שאפעס אין די רוסישע סופערמארקעטס, אין די צייט וואס די אונטערגאנג פון די סאוויעטן פארבאנד האט זיך דערנענטערט מיט האסטיגע טריט אין יאר 1991, ליגט נאך גוט אין די ביינער פון די עלטערערע רוסישע בירגער.
אין די זעלבע צייט וואס דאס פאלק האט געהונגערט, האט די רעגירונג אריינגעגאסן ביליאנען פאר די מיסלס און וואפן, זיך צו פארמעסטן מיט אמעריקע און צייגן ווער עס איז מאכטפולער.
“די אמעריקאנער געדענקען אז די סאוויעטן פארבאנד איז צאמגעפאלן וויבאלד זיי האבן פרובירט זיך צו פארמעסטן מיט אמעריקע ביים אנטוויקלען נוקלעארע מיסלס, סובמארינען און טאנקען”, זאגט וויקטאר ליטוואקין, א רוסישער מיליטערישער עקספערט. “און אצינד פרובירן זיי דאס נאכאמאל”.
נאך די אפמאך צווישן אמעריקע און רוסלאנד אין 1987, האבן ביידע לענדער איינגעשטימט צו אנטוויקלען בלויז קורץ שטרעקיגע ערד געשאסענע באליסטישע מיסלס, און רוסלאנד האט באצייכנט אז זיי ווילן האבן דעם אפמאך אז ביז יאר 2021.
אין אמת’ן אריין האט רוסלאנד נישט קיין מאנגל אין געלט, צווישן אנדערע שארן זיי אריין אסאך פאר זייערע נאפט פארקויפונגען. מיט דעם אלעם האט די עקאנאמיע געכאפט א שטיקל שאקל, נאכדעם וואס די פרייזן האבן אנגעהויבן ארויפצוגיין אין די הויכע ציפערן, די יארן צו פענסיאנירן איז ארויף, און פוטין איז אונטער גרויס דרוק.
יעצט צו אנהייבן גיסן געלט פאר א וואפן געיעג, איז זייער נישט קיין געראטענע זאך פאר פוטין, און ער ווייסט דאס אויך זייער גוט.
און וואס איז מיט אמעריקע? זיי קענען זיך יא ערלויבן?? אה, זיי וועלן העכסטנס צובארגן נאך א טריליאן דאלאר, וואס קען שוין זיין.