א שרעקעדיגע אינוואזיע האט פאסירט אין צפון מזרח רוסלאנד, נאכדעם וואס צענדליגע אגרעסיווע פאלאר בערן האבן זיך אנגערוקט אין א באוואוינטער געגנט, און אנגעהויבן צו אטאקירן הייזער מיט אייפער.
זינט דעצעמבער 25 זענען אריינגעקומען גאר א הויכער ציפער פון פאלאר בערן צום בלאשיא גאווא געגנט, איינמאל און נאכאמאל, און א גרויס טייל פון זיי זענען זייער אגרעסיוו.
ווי דער ארטיגער מעיאר אלעקסאנדער מינאייוו גיבט איבער, שפאצירן זיי אריין אין הייזער און אין פובליק געביידעס, און פירן דארט א ווירטשאפט כאדם העושה בתוך שלו, שטעלנדיג די איינוואוינער אין געפאר.
“עס איז א גאנצן צייט דא צווישן זעקס ביז צען בערן, און זיי טוישן זיך כסדר” זאגט ער. “מענטשן זענען דערשאקן און פארציטערט, מען איז איינגעשפארט אינדערהיים און מ’שיקט נישט די קינדער אין שולע”.
ווי אן איינוואוינער זאגט, געפינט ער זיך שוין דארט זיך 1983, אבער אזא צאל מיט פאלאר בער אינוואדירער האט ער נאכנישט באגעגנט אין זיין לעבן.
“די בערן זענען זייער אויפגערעגט, און לויפן פשוט נאך מענטשן אין די גאסן, און וויפיל מען פרובירט זיי צו פארטרייבן מיט הינט, מאשינען אדער אנדערע מיטלען, ווערן זיי נאר מער און מער אגרעסיוו”. זאגט ער מיט זארג.
דער געגנט וואו די אינוואזיע קומט פאר אין צפון מזרח רוסלאנד, איז אן ארט וואו עס וואוינען ארום דריי טויזענט מענטשן.
דערווייל גיבט די רוסישע רעגירונג נאכנישט קיין ערלויבעניש צו שיסן די בערן וויבאלד זיי זענען אין געפאר פון אונטערגאנג, און זיי זאגן אז מ’וועט אין נאנטן אראפשיקן עקספערטן אפצושאצן די מצב.