שוועדן – א סעריע אנטיסעמיטישע אטאקעס האבן פאסירט אין די לעצטע צוויי טעג, אלס דירעקטע רעזולטאט פון דעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט אפיציעל אנערקענט ירושלים אלס דער הויפטשטאט פון מדינת ישראל.

– אין ארץ ישראל זעלבסט, האבן כאמאס טעראריסטן געשאסן צוויי ראקעטן, וואס איינס דערפון האט סוקסעספול געלאנדעט אויף א שולע געביידע, שאפנדיג שווערע שאדנס, אבער בחסדי ה׳ האט עס נישט געברענגט קיין פארוואונדעטע.

– אין דער שטאט גאטענבורג אין שוועדן, האבן זיך ארום צוואנציג אראבער פארזאמלט פארנט פון א שוהל, וואו זיי האבן געשריגן אנטיסעמיטישע לאזונגען, און איינער פון זיי האט געשאסן א פלאש-באמבע אין ריכטונג פונעם שוהל, וואס האט אונטערגעצינדן עטליכע פארקירטע קארס.

– אין מאלמאו, שוועדן, און אזוי אויך אין אנדערע אייראפעאישע שטעט, האבן זיך פארזאמלט הונדערטער אראבער און געשריגן העסליכע אנטיסעמיטישע לאזונגען, אריינגערעכנט א שרעקעדיגע צווישנרוף אין מאלמאו, איבער דערמארדן אידן ה׳ ירחם.

קרעדיט: דער איד

 

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.