די ווערטער פונעם ליד
געדענקסט, ראש השנה ביי נאכט
א טיר זיך געעפענט
געפילט ווי די טיר מער וועט קיין מאהל נישט ווערן פארמאכט
און שוין קומט ד׳טאג עס וועט לייכטן בייטאג און ביי נאכט
אויף די גאסן פון שטעטל ביים רעב’ן שפאצירן געגאנגען
די הארץ האט געפילט כ׳האב געזונגען צו מיך וואס איך טראכט
מחשבות אויף ווערטער געווארן כ׳האב גערעדט אזוי שטאט
ביסט דאך אייביג מיט מיר
ווי נאר איך בין
דיר וויל איך אלעס פארציילן
סודות ביי האלטן פון מיר
א טיר נאך א טיר
און שפעטער ביי נאכט
זיך שלאפן געלייגט
ווערטער גערעדט שטילער הייט
די וועלט איז א שקר
איך בין אובער אמת׳דיג דיינס
גייענדיג ווייטער די וועג
פארבירט נאך צו זינגען
די הארץ איז פארמאכט
יעצט איך זיץ אויף א באנק און איך ווארט
ווי גוט איך זאל זוכן און זינגען דער ניגון פון היינט
דער ליד וואס איך זינג איז א ליד נישט קיין באקאנטער
מען מוז אבער זינגען אפילו מען וייסט נישט ווי אזוי
דאס איז די וועג פאר א ניגון א נייעם אזוי
עס וועט קומען ד׳טאג
מיר גייען פארשטיין
פאר וואס זענען אונז דא גיווען
אונז האבן געזוכט נאר צו לעבן די וועגן פון עהם
און נאך א מאהל איך זינג
צו דיר היינט א ליד
נאך א מאהל פאר תשובה איך ווארט
זוכן, איז טרעפן און זוך די אמונה פון היינט