אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

אינדיע און פאקיסטאן שלאגן זיך איבער א באמבארדירונג וואו און וויאזוי עס האט פאסירט…

די אינדיאנע לופט קרעפטן האבן אטאקירט איסלאמיסטישע טעראר צילן אין פאקיסטאן אלס נקמה קעגן א טעראר אטאקע פאר צוויי וואכן צוריק אין קאשמיר, אין וואס עס זענען אומגעקומען איבער 40 פאליציאנטן.

אינדיע גרויסט זיך אז זיי האבן אומגעברענגט הונדערטער טעראריסטן, א זאך וואס פאקיסטאן האט שארף געליינקט. דאס איז געווען די ערשטע לופט אטאקע אריבער די גרעניץ צווישן די צוויי לענדער זינט 1971.

לויט אינדיע איז די באמבארדירונג פארגעקומען אין די אלאקאט געגנט און געצילט א טרענירונג באזע פון די איסלאמיסטישע טעראר גרופע דזאייש א מוכמאד, וואס האט גענומען פאראנטווארטיליכקייט אויף די אטאקע.

ווי זיי באריכטן זענען 300 באוואפנטע קעמפער אומגעברענגט געווארן פון די אטאקע, וואס דאס איז גאר א גרויסע צאל פון טעראריסטן און זייערע טרענירער וועלכע האבן זיך געלערנט צו באגיין זעלבסטמארד.

באזונדער האבן זיי אראפגעריסן פאקיסטאן באשולדיגנדיג אז זיי לאזן צו אזעלכע בלוטדארשטיגע חברה זיך דרייען אין זייער טעריטאריע פראנק און פריי, אנדעם וואס זיי זאלן צאלן א פרייז דערויף.

פאקיסטאן פון זייער זייט האט אראפגעשפילט די מאכט פון די אטאקע זאגנדיג אז זיי האבן ארויסגעטריבן די אינדיאנע פליגער, וואס האבן בלית ברירה באמבארדירט אן אומבאוואוינטן געגנט, נישט ברענגענדיג קיין שאדן פאר קיינעם.

דער פרעזידענט פון פאקיסטאן האט באשולדיגט אז אינדיע פאבריצירט היסטאריע, און געווארנט אז אזעלכע סארט שפילערייען וועט ברענגען צו א קריג, און מען זאל נישט אויספרובירן פאקיסטאן וואס ווייסט וויאזוי זיך צו באשיצן.


איר ווילט געוויס זען א ווידעא פון די געשיכטע, איז דרוקט דא


איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.