טשיקאווע נייעס

השבת אבידה: געפינט די פארלוירענע טשערעפאכע און באקומט 500 דאלער

א פאמיליע פון ניו מעקסיקא האט אויפגעגעבן מיט די זוכערייען נאך זייער פארלוירענעם שטוב באשעפעניש, און ארויסגעלייגט א באלוינונג פון 500 דאלער פאר ווער עס וועט איר העלפן דאס טרעפן.

די רעדע איז פון א באשעפעניש וואס קען אפילו נישט לויפן, די טשערעפאכע מיטן נאמען דאסטי, וועלכע קען זייער שווער פארלוירן ווערן, וויבאלד זי וועגט הונדערט פונט!

דאסטי האט זיך פארלוירן אנהייב חודש אין ראזוויל ניו מעקסיקא, נאכדעם וואס שטארקע ווינטן האבן געעפנט די טירן פון די געבוי וואו זי איז געהאלטן געווארן, און דער טשערעפאכע האט אויסגענוצט די געלעגנהייט…

די טשערעפאכע איז אנטלאפן פון אן אונטערשטן טיר, און איז נאכגעגאנגען די שטורעם ווינט מיט טשערעפאכע טריט.

אז איר טרעפט דאס פערצופאל, וועט איר דערפרייען א צובראכענע און בענקעדיגע משפחה, און רייכער ווערן מיט פינף מאות…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.