מוזיק ווידעאס

רחם, ילדי דינער תשע”ח, מאטי שטיינמעץ, רובי באנעט, זמרה קווייער, און שערים ארקעסטרע

ווי שיין און הארציג איז געווען יענע נאכט, די בארימטע ילדי דינער, וועלכע ברענגט צוזאם יאר יערליך טויזענטער מאנטרעאלע איינוואוינער און פאראייניגט אזויפיל הערצער פאר איין גאר וויכטיגע ארגענעזאציע.

ילדי איז א בארימטע מוסד פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן, געעפנט געווארן מיט העכער 20 יאר צוריק, דורך הר”ר מנחם מאיר לייפער שליט”א, וועלכע איז געשאנקען געווארן מיט 2 טייערע נשמה’לעך, און באקומען דעם ווינק פון הימל, ווי דרינגענד עס פעלט זיך אויס צו עפענען א מוסד פאר די קינדער. די רעשט איז היסטאריע, ילדי איז היינט פון די גרעסטע מערסט-אנגעזעענסטע ארגענעזאציעס אין שטאט, און פארמאגט א בודזשעט פון איבער 5 מיליאן דאלער א יאר!

ילדי’ס דינער איז יאר יערליך א הערליכע אוונט פול מיט חיזוק און אינספיראציע פאר עלטערן פון טייערע נשמה’לעך, און די הערליכע פראגראם אינאיינעם מיט די געפיל וואס יעדער שפירט צו ילדי, מאכט די ילדי דינער, אלס דער גרעסטער נאכט אין מאנטרעאל, ווען ריזיגע מוזיק שטערנס, בעלי דרשנים, און פרעזענטאציעס ווערן אריינגעכאפט אין יעדע פון די הערליכע מינוטן פון די נאכט.

שטייענדיג בעפאר די היי יעריגע דינער, טוט ילדי פארשטעלן אט דעם הערליכן מוזיק ווידעא מיט איינע פון די הויכפונקטן פון די פאריעריגע דינער אין קראון פלאזא, מיט די באטייליגונג פון די מוזיק ריזן פון ארץ ישראל, רובי באנעט, און מאטי שטיינמעץ וועלכע האבן געעפנט אידישע הערצער מיט די הארציגע געזאנגען אין באגלייטונג פון די בארימטע זמרה קווייער, און שערים ארקעסטרע, אין באגלייטונג פון יוסי אייזנשטארק.

די רירנדע מעלאדיעס, און זיסע קנייטשן פון מאטי, האבן געברענגט טרערן פאר די טויזענטער פארזאמלטע. די וויזניצע רחם איז געווען איינס פון די הערליכע נגינה שטיקער, אראפזינגענדיג דעם פארצייטישן ניגון מיט די גרעסטע ווארעמקייט און פול מיט געפילן.

קוקט & האט הנאה


איבערן שרייבער

ארי ווייזער

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.