אידישע נייעס אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

וואטיקאן וועט פארעפנטליכן געהיימע ארכיוון איבער דעם פויפסט ביים האלאקאסט

דער פויפסט פון רוים פראנסיסקוס האט היינט געמאלדן אז מען גייט עפענען די געהיימע ארכיוון פון די וואטיקאן אנבאלאנגט דעם פויפסט פיאס דער צוועלפטער, וואס האט געדינט אלס הויפט שמייליגער פאר די קאטוליקן ביים צווייטן וועלט קריג, און ווערט באשולדיגט אלס איינער וואס האט קלאר געוויסט איבער די רציחות וואס קומט פאר קעגן אידן, און ער האט גארנישט געטוען דערצו כאטש וואס ער האט געקענט האבן אן איינפלוס אויף היטלער ימ”ש.

פיאס דער צוועלפטער האט געדינט אלס פויפסט צווישן די יארן 1958-1939, און ווערט ערנסט באשולדיגט אז ער האט נישט געהויבן זיין שטימע צו פארדאמען אדער אפשטעלן די רציחות קעגן אידן, אבער די וואטיקאן האט יארן גע’טענה’ט אז זיי ער האט אסאך פארארבעט מעשים פון הינטער די קוליסן צו ראטעווען פילע אידן פון די נאציס…

לויט די מעלדונג פון די וואטיקאן וועט מען עפענען די געהיימע ארכיוון אום מערץ 2 יארע 2020. ביי זיין מעלדונג האט ער קלארגעשטעלט אז “די קירכע האט נישט מורא פון היסטאריע”, און ער האט געפאסט א באשלוס אויף די אייגענע האנט אז ער וועט ארויסגעבן אלע ארכיוון ארום דעם ענין.

פארשידענע ארגאניזאציעס האבן באגריסט די באשלוס פונעם פויפסט, זאגנדיג אז עס איז זייער וויכטיג פאר די פארשונגען ארום די האלאקאסט, צו זען קלארע דאקומענטן וועלכע ווארפן א ליכט איבער די ראלע פון די וואטיקאן אין אט די פינסטערע יארן, און זען וויפיל פון זיי איז אמת, און וואס איז בלויז פון פינגער אויסגעזויגן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.