א מאן וואס זיין קאר איז געבליבן געשטראנדעט אין די שניי אין א וואלד פון צענטראל אורגאן, האט איבערגעלעבט פינף טעג מיטן זיך שפייזן בלויז אויף א שארפע טאַקאָ סאָוס וואס ער האט פארמאגט, און אנצינדן די קאר יעדע מאל וואס ער האט געשפירט אז ער ווערט געפרוירן פון קעלט.
א שווערע שניי האט זיך אראפגעלאזט אין געגנט אין די פארלאפענע וואכן, און ווען דזשערעמי טעילאר, א 36 יעריגער דרייווער פון סאנריווער איז דארט שטעקן געבליבן מיט זיין הינטל, פאר פינף גאנצע טעג.
א פארבייפארער אויף א שניי ביציקל האט באמערקט דעם געשטראנדעטן אויטא און באלד אלארמירט די באאמטע, וועלכע האבן געברענגט א ריזן שניי שארער טרעקל און אים ארויסגעראטעוועט פון דארט.
טעילאר איז א שטארקער נאטור ליבהאבער, און איז געזען געווארן אום פעברואר 24 דאס לעצטע מאל בעפאר ער איז אפגעפינען געווארן נעכטן.
דורכאויס די טעג וואס ער מיט זיין הונטל זענען געווען געשטראנדעט, איז ער שטעקן געבליבן אין די שניי. די שווערע שניי שטורעם האט נישט אפגעשטילט, און זיין קאר איז געווארן מער און מער איינגעזינקען אין די שניי.
פון אנהייב האט ער פרובירט צו גיין צופיסנס, אבער עס איז ממש נישט געווען מעגליך צו קריכן אין אזעלכע הויכע שניי.
זיי זענען געפינען געווארן אין א גוטע צושטאנד אבער גאר שטארק הונגעריג, נאכן זיך שפייזן אויף א פלעשל פון שארפע טאַקאָ סאָוס וואס איז געווען אין די קאר.
“כ’האב געהאט א גוטער מזל” שרייבט ער אויף זיין סאציאלע מידיע פלאטפארמע. “די שארפע טאַקאָ סאָוס ראטעוועט מענטשן”…
עפעס געדענק איך צו ליינען אן ענליכע פאסירונג וואס האט זיך אפגעשפילט אנהייב די 2000 יארן, אבער דארט איז עס געווען א גאנצע פאמיליע און די פאטער האט עס נישט איבערגעלעבט…
וועלכע מעשה
ווייל זיי האבן נישט געהאט שארפע טאקא סאוס..