טשיקאווע נייעס

ספעציעל ביטערע “ברעקזיט ביר” אין פאריז, געאייגנט פאר אנטי ברעקזיט באוועגונג

אויב די פרעמיער מיניסטארשע פון בריטאניע, טערעזא מעי, אדער סיי וועלכע אנדערע בריטישער דארף אביסל אלקאהאל זיך אויסצובלאזן פון די געוואלדיגע אנגעצויגנקייט וואס הערשט אין ענגלאנד איבער די “ברעקזיט”, דארפן זיי נישט גיין זוכן צו ווייט.

מאסן ענגלישע וועלכע וויילן אין פאריז, גיסן אריין זייער ווייטאג איבערן ברעקזיט אין דעם פאפולערן “ברעקזיט ביר” וואס ווערט פארקויפט אין אן ארטיג שטעטל.

די ביר ווערט פארבריצירט אין סקאטלאנד, וואו דאס מערהייט האט געוועלט אז ענגלאנד זאל פארבלייבן פאראייניגט מיט אייראפע, און נישט דורכפירן דעם ברעקזיט.

ווי איינער פון די ארבעטער אינעם ברענעריי זאגט, האבן זיי אריינגעלייגט א ביטערע טעם אין די “ברעקזיט ביר”, וויבאלד לויט זיי איז א ברעקזיט גאר ביטער פארן ענגלישן פאלק, און פאר גאנץ אייראפע.

“ווען מענטשן ווילן נישט קויפן דעם ביר וויבאלד עס הייסט “ברעקזיט” בין איך זיי מסביר” אייסערט זיך דער פארקויפער, “אז די נאמען איז ארויסצוברענגען די קעגנערשאפט פאר ברעקזיט, מיטן טרינקען דעם ביר זענט איר א פארטיגער אנטי-ברעקזיטער”…

ס’איז פארבליבן ווייניגער ווי דריי וואכן ביז צום דאטום 29’טן אין מערץ, און טערעזא מעי זעט איין דורכפאל נאכן צווייטן נאכדעם וואס די פאראלימענט שטיצט נישט די ברעקזיט אזוי שטארק ווי זי האט געוואלט.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.