טשיקאווע נייעס

הינער אין פארם פאראייניגן זיך צו אומברענגען א פוקס מיט זייער שנאבל

הינער אין א פארם אינעם בראטאן געגנט אין צפון מערב פראנקרייך, ווערן פארדעכטיגט אין אומברענגען א פוקס וואס האט פרובירט זיך אריינצוכאפן אין זייער שטייג.

סטודענטן וועלכע לערנען אין דעם אגריקולטור הויך-שולע אין געגנט האבן געטראפן דעם טויטן פוקס אינעם שטייג פון די הינער, אנקומענדיג פארטאגס זיי צו איבערקוקן.

די טיר פונעם שטייג איז אן אויטאמאטישער און עלעקטראנישער, עס פארמאכט זיך ווען די זון גייט אונטער, און עפנט זיך מיטן זון אויפשיין.

ווי עס שיינט איז דער פוקס אריין א נאכט פריער אינעם שטייג, און איז דארט געבליבן איינגעשפארט ווען די נאכט איז צופאלן.

“מיר האבן געטראפן די טויטע פוקס אין א ווינקל” פארציילט דניאל, דער מענעדזשער פונעם פארם. “די הינער האבן זיך פאראייניגט און אים אטאקירט מיט זייער שנאבל”.

ווי דניאל פארציילט איז א יאר צוריק געשען די זעלבע מעשה, אבער דעמאלט איז דער פוקס געווען דער וואס האט געשעדיגט די הינער, אצינד האבן זיך די חברה דערלערנט וויאזוי מען באשיצט זיך…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.