טשיקאווע נייעס

קינד פארכאפט זיין קלאס און גיבט אויף נאכן באקומען קאמפלימענט פון לערער…

א 17 יעריגער סטודענט האט פארכאפט זיין קלאס אלס משכון אין די שטאט קאזאן אין רוסלאנד, זייענדיג באוואפנט מיט א ביקס און א מעסער, כדי צו ווייזן אז ער איז א העלד…

דאס קינד מיטן נאמען איסקאנדער כאלפין, האט זיך יענעם טאג נישט באוויזן אין שולע ביי די ערשטע צוויי לעקציעס, נאר אנגעקומען שפעט אין טאג, ווען מ’האט שוין געהאלטן ביים דריטן לעקציע.

דער לערער האט אים פארגעהאלטן פארן קומען שפעט, און ער האט ארויסגענומען א צעטל אז ער איז געווען ביים דאקטער. באלד דערנאך האט ער ארויסגעצויגן זיין ביקס, און געווארנט אז קיינער זאל זיך נישט רירן.

זיינע פריינד האבן געמיינט אז ער וויצלט זיך, אבער ער האט קלארגעשטעלט אז ער איז גאנץ ערנסט. ס’האט אויסגעבראכן א פאניק, סטודענטן האבן געוויינט פון שרעק, און דער לערער האט זיך געוואנדן צו אים.

“איסקאנדער, ביסט א פיין קינד. פארוואס טוסטו דאס? וואס ווילסטו פון די קינדער, לאז זיי אפ, ביסט דאך א גוטער”…

דער סטודענט איז איבערגענומען געווארן דערפון און געלאזט פאר צען קינדער אוועק גיין פון קלאס און זיך ראטעווען. אינדערצווישן איז די פאליציי אנגעקומען, איסקאנדער האט באלד אראפגעלייגט די געווער אויף זייער באפעל, און ארעסטירט געווארן.

ביי די אויספארשונגען האט ער בלויז געוויינט, זאגנדיג אז ער האט נישט געהאט קיין שום פארלאנג פארוואס ער האט דורכגעפירט דעם פארכאפונג פון זיין קלאס, ער האט סתם געוואלט ווייזן אז ער איז א העלד, נאכדעם וואס עטליכע פריינט האבן אים פארשעמט אז ער איז א פחדן…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.