איראן – א שוהל אין דער איראנער שטאט שיראז איז וואנדאליזירט געווארן זונטאג נאכט, לויט עטליכע באריכטן.
דער שוהל, וועלכער געפינט זיך אין דער מאלאה געגנט, איז מאנטאג אינדערפרי געפונען געווארן שטארק וואנדאליזירט, און די פארשוינען, וועלכע האבן זיך איינגעבראכן דארטן, האבן אויך שרעקליך געשענדעט די ספרי תורה, ארומווארפנדיג שטיקער פון די ספרי תורה אויף דער ערד, און אויך האבן זיי צעריסן און פארשפרייט שטיקער פון סידורים און אנדערע ספרי קודש אינעם ביה”כ, רחמנא ליצלן.
ס’איז נישט קלאר וויפיל אידן עס וואוינען היינט אין איראן, אבער דער שיראז שוהל איז געווען אן אפט-באנוצטער שוהל, און די לאקאלע אידן האבן געשיקט א ביטע צו דער פאליציי, וועלכע האבן געזאגט אז זיי האבן געעפנט אן אויספארשונג.
קרעדיט: דער איד