טשיקאווע נייעס

שפאצירנדער באזוכער עפנט גרינגערהייט קאסע וואס איז שוין 40 יאר פארשלאסן

א גאר פריידיגע שטימונג האט געהערשט אין די מאזעאום פון ווערמיליאן, א קליין שטעטעלע אין די אלבערטא פראווינץ פון קאנאדע, ווען א באזוכער האט באוויזן צו עפענען מיט זיין ערשטע פראבע א קאסע וועלכע ליגט שוין דארט פארשפארט פאר 40 יאר, און קיינער קען דאס נישט עפענען.

דער מאן, א קאנאדישער בירגער מיטן נאמען סטיווען מילעס, איז געקומען באזוכן דעם מוזעאום אין די ראמען פון א וואקאציע מיט זיין פאמיליע, און דורכאויס דעם טור האט זיי אן ארבעטער טאם קיבעלווייט געוויזן די מיסטעריעזע קאסע.

די קאסע באלאנגט פאר די בארענסוויק האטעל וואס איז געבויעט געווארן אין שטעטל אין יארע 1960, און איז געגעבן געווארן אלס געשאנק פאר די מוזעאום אלס אנדענק פון די פארצייטישע האטעל, נאכדעם וואס ס’איז אריבער צו א צווייטער אייגענטומער אין די 90’ער יארן.

די קאסע איז געקויפט געווארן אין 1907 און פארבליבן פארשפארט פון די 70’ער יארן, אן דעם וואס קיינער זאל וויסן וואס ס’ליגט אינעווייניג. דורכאויס די יארן האבן פילע ארבעטער פון די מוזעאום און קאסע עקספערטן פרובירט אויפצוברעכן דעם קאסע אבער אן קיין ערפאלג. דערווייל האבן די ארבעטער געבעטן פון יעדן באזוכער צו צוטרעפן די נומער פונעם קאסע, פארשטענדליך אז קיינער האט נישט צוגעטראפן.

סטיווען מילעס וועלכער איז אן אייזן-שמעלצער, האט באלד געזאגט אז ער איז גרייט צו פרובירן א נומער פאר די ‘פאן’. ער האט פרובירט א גרינגע קאוד: 20-40-60 און עס האט זיך באלד געעפנט. יעדער ארום איז געווען שאקירט, אריינגערעכנט דער באזוכער זעלבסט.

ווען מ’האט געעפנט די קאסע איז ארויסגעקומען פון דארט גאר אסאך שטויב, אינעווייניג איז געווען א פעיראל-טשעק, און א ביכעלע מיט א ליסטע פאר די קעיטערער, וואו זיי האבן באשטעלט שוועמל-האמבורגער און ציגארעטלעך.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.