טשיקאווע נייעס

אינטערנאציאנאלע שטודיע: וואס טוען מענטשן טרעפנדיג א בערזל מיט געלט?

טוט געלט אין א פארלוירענע בערזל נידערן די שאנסן אז עס זאל אומגעקערט ווערן צו איר אייגענטומער? אט די פראגע איז אויסגעקנעטן געווארן אין א ריזן שטודיע וואס איז דורכגעפירט געווארן אין 355 שטעט, איבער 40 לענדער ארום די וועלט. און די רעזולטאטן זענען גאנץ אינטערעסאנט.

אין פאקט האבן מער מענטשן וואס האבן געפינען א בערזל מיט געלט, דאס באריכטעט פאר די אינסטאנצן ווי איידער די וואס האבן געפינען א ליידיגע בערזל. בלויז 40% פון די וואס האבן געפינען ליידיגע בערזלעך האבן דאס געמאלדן, אין די צייט וואס 51% פון די וואס האבן געטראפן א געלט-אנגעפילטע בערזל האבן דאס געמאלדן.

“מענטשן האבן נישט ליב צו נעמען יענעם’ס געלט, מ’שפירט שלעכט צו זיין א גנב” זאגט אלען קאהן פון די מישיגען אוניווערזיטעט, וואס איז געוען פארמישט אין די שטודיע.

אין די שטודיע – וואס האט געקאסט 600,000 דאלער – זענען ‘איבערגעלאזט געווארן’ איבער 17,000 בערזלעך אין בענק, מוזעאום’ס, שפיל-ערטער, פאסט אפיסעס, געריכט-הייזער, האטעלן, און אפילו אין פאליציי סטאנתיעס… א געהילף אין די שטודיע האט דערלאנגט א ‘פארלוירענע בערזל’ פאר אן ארטיגער ארבעטער, און געבעטן צו זוכן וועמענ’ס דאס איז, ווייל ער האט נישט קיין צייט יעצט.

אין יעדע בערזל איז געווען א שליסל, א גראסערי ליסטע, און דריי ביזנעס קארטלעך מיט די ארטיגע שפראך. אין טייל פון די בערזלעך איז נישט געווען קיין געלט, און אין אנדערע איז געווען א סומע פון ארום 13.45 דאלער. אין די דריי לענדער אמעריקע, ענגלאנד און פולין, האט מען אריינגעלייגט די סומע פון 94.15 דאלער, און אזויפיל ווי 11% מער האבן צוריק געברענגט די בערזלעך.

די שטודיע האט געוויזן גרויסע צווישנשיידן אין ארנטליכקייט צווישן די פארשידענע לענדער: שווייץ און נארוועגיע זענען געווען די נומער איינס אין ארנטליכקייט, ווען אריבער 70% פראצענט האבן צוריק געברענגט די בערזלעך. פערו, מאראקא און כינע זענען די גרעסטע גנבים אין די ליסטע, נאכדעם וואס ווייניגער ווי 10% פון די בערזלעך מיט געלט זענען צוריק, און קוים 20% פון די ליידיגע בערזלעך זענען געמאלדן געווארן.

די געלט אין די בערזל האט איבערגעלאזט אן אפעקט אויף  38 פון די 40 לענדער וואס זענען אריבער די שטודיע, ווען ס’איז געקומען צו השבת אבידה. אין מעקסיקא און פערו האט מען דווקא צוריק געברענגט מער ווייניגער נאר די בערזלעך אן די געלט. אין מדינת ישראל האבן 40% צוריקגעקערט די בערזלעך אן קיין געלט, און 50% האבן צוריק געברענגט די בערזלעך מיט געלט.

נאך שווייץ אין נארוועגיע, זענען די ארנטליכע לענדער האלאנד, שוועדן און דענמארק.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.