בילדער

צען פאקטן איבער “די קאמפיין קעגן רויכערן” (בילדער)

מיר אלע ווייסן אז רייכערן איז זייער שעדליך פאר די געזונט פונעם מענטש. דאקטוירים זאגן אז זייער אסאך פעלער פון מענטשן וואס ליידן אויף שווערע מחלות ר”ל קומען אין רעזולטאַט ווייל דער מענטש האט גערייכערט, און פארשווארצט די לינגען.

מיר וועלן נישט יעצט אריינקריכן אין לאנגע ארטיקלן און טעמעס איבער רייכערן, דאס איז זיכער אז עס איז א Slow Killer, ווי עס ווערט גערופן אין די דאקטוירישע וועלט. עלעקטריק ציגרעטלעך איז זיכער נישט אזוי שעדליך ווי געהעריגע ציגרעטלעך, הגם עס האט אנדערע סייט עפעקטס. און היות ביי מאנכע רויכערער איז דער ציגארעטל פארעכנט ווי חמין במוצאי שבת, וועלן מיר ווידמען אונזער סעריע פון “צען פאקטן” איבער די שעדליכקייט פון “רייכערן”.

1) איינס פון יעדע 5 מענטשן אין אמעריקע שטארבן פון רייכערן.

2) איין ציגארעטל ענהאלט אין זיך 4,800 קאמיקאלען, 69 פון וואס די דאקטוירים ווייסן פון צו זאגן.

3) דער נארמאלער רייכער גיבט אויס פארן קויפן ציגארעטלעך יערליך פון 1,500 דאלאר מינומים ביז 3,300 דאלאר מאקסימום, אויב נישט מער.

4) 15 ביליאן ציגארעטלעך ווערן פארייכערט איבער די וועלט א יעדן טאג.

5) 69 פראצענט פון מענטשן וואס רייכערן ווילן דאס אויפגעבן.

6) מער ווי א דריטעל פון די וועלט’ס באפעלקערונג וואס רייכערן זענען טשייניזע.

7) “דזשאן אדאמס” דער צווייטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האט אנגעהויבן צו רייכערן אין יונגען עלטער פון 8 יאר.

8) רייכערן העכערט דעם שאנס פון א הארץ אטאקע פון 200% צו 400% צו די וואס רייכערן.

9) רייכערן פאראורזאכט שאדן צום מענטש אין די מינוט וואס ער געוואוינט זיך איין, עס נעמט נישט קיין יארן ווי מאנכע מיינען.

10) די וועלט’ס גרעסטע פירמע וואס פראדוצירט “ציגארעטלעך” ווערט געפירט דורך די טשייניזע גאווערמענט.

זאל יעדער זיין געזונט, א גוטע וואך!


נאך בילדער אין די קאמפיין קעגן רויכערן


א פושקע צו אריינווארפן גענוצטע צוגארעטלעך, אין פארעם פון לונגען, געווידמעט צו אפווייכן מענטשן פון רויכערן, מיטן זיי פאראיבלען דערפון.

אדאנק פארן רייכערן!
ווי עס באדאנקט זיך, א פירמע וואס פירט דורך לויה סערוויסעס…
זיסע טאקטיק קעגן רויכערן. וואס דינט שוין אינאיינוועגס אלס אנאנס פאר די פירמע.

א טאקטיק אין די פעלד פון דערשרעקן מענטשן פון רויכערן.

א שארפע עד קעגן רויכערן ציגארעטלעך, אויב רייכערט איר, איגנארירט דעם עד, גייט צום קומענדיגן…

אין קריג מיט רויכערן…
א עקסערסייז פאנטשינג-בעג אין פארום פון א ציגארעטל.

רויכערן – אן עדיקשטן ווי ביי קליינע קינדער וואס מוזן נאגן א צוציק

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.