אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פייערמאן אומגעקומען נאכן ווערן פארכאפט אין ברענעדיגער געביידע

פילאדעלפיע. – א פייער מאן אין עלטער פון 42 יאר איז אומגעקומען, נאכן ווערן פארכאפט אין א געביידע פאר איבער 30 מינוט, ווען ער אליין איז געקומען צו הילף פאר די באטרעפענדע.

לט. מאַט ליטאָורנעאַו איז געווען 11 יאר א פייערמאן. ער איז אריינגעפירט געווארן אין איילעניש אין שפיטאל נאכדעם וואס זיינע געהילפן זענען אים געקומען ארויסראטעווען. ווען מען האט אים אריינגעפירט איז שוין געווען צו שפעט און ער איז געשטארבן אין שפיטאל. דער פייער קאמישענער וואס איז געווען אנוועזענד ביים דעם פייער האט זיך אויסגעדרוקט, פאר די פרעסע “מיר אלע האבן נישט קיין ווערטער צו באצייכענען דעם טויט פון אונזער געהילף אונזער הארץ איז מיט אים”.

נאך איינער וואס איז געווען אין דעם בנין האט זיך געטראפן אין דעם זעלבן סיטואַציע ווי דעם פייער מאן, און ער איז אויך אומגעקומען.

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.