אמסטערדאם – פילע לאקאלע באאמטע און פארשטייער פון דער אידישער געמיינדע אין אמסטערדאם, האבן זיך באטייליגט ביי א ספעציעלער עמאציאנעלער צערעמאניע, וואו מען האט אוועקגעשטעלט א טאוועל אלס געדענקמאל פאר 251 אידן וועלכע זענען דעפארטירט געווארן פון א האלאנדישן גייסטישן שפיטאל ביי דער קריג.
דער “פּארנאסיע” שפיטאל האט זיך געפונען אין די “האג” אין האלאנד, און עס זענען דארטן געווען עטליכע עכטע אידישע גייסטיש-קראנקע פאציענטן, און די נאיאיווע לאקאלע אויטאריטעטן זענען געווען ביי זיך זיכער, אז אפילו די ברוטאלע נאציס וועלן נישט באגיין אזא שריט ווי דעפארטירן קראנקע צו די טויט-לאגערן.
דאס האט געברענגט אז אויך געהעריג געזונטע אידן זאלן זיך דארטן באהאלטן, אבער אין ענדע 942′, האבן די נאציס למעשה יא דעפארטירט 251 אידן פונעם שפיטאל, און בלויז ארום דרייסיג פון זיי האבן איבערגעלעבט דעם קריג.