טשיקאווע נייעס

רויבער פרובירן רויבן געשעפט, נאך א רויבעריי…

מערילאנד – צוויי גנבים האבן זייער נישט גוט אויסגערעכנט ווען דורכצופירן זייער געפלאנטע גניבה, ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי האבן אריינשפאצירט ממש אין די ארעמעס פון די פאליציי.

דער מאדנער אינצידענט האט פאסירט אין פרינץ דזשארדזש קאונטי, מערילאנד, וואו צוויי רויבער האבן זיך אנגעקליידט מיט מאסקעס אויף די געזיכטער און אנגעהויבן גיין אין ריכטונג פון א לאקאלן פיצא געשעפט, וועלנדיג בארויבן דעם קעשיער.

דער פראבלעם איז אבער געווען אז דער פיצא געשעפט איז געווען אנגעפילט מיט פאליציי אפיצירן, פון א רויבעריי וועלכע האט געהאט פאסירט ממש געציילטע מינוט פריער.

די מאסקירטע רויבער האבן באמערקט די פאליציי אפיצירן און האבן אנגעהויבן אנטלויפן, אבער א פאליציי אפיציר איז זיי נאכגעגאנגען און זיי באוויזן צו ארעסטירן אן קיין אינצידענט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.