א 15 יעריגע אידיש מיידל אין פאריז איז איבערגעפאלן און צעשלאגן געווארן דורך אן אומאידענטיפיצירטן פארשוין, פון וואס זי האט באקומען א שניט אין דער באַק.
די אטאקע איז פארגעקומען אין סארסעילס, א פאָרשטאט פון פאריז מיט א גרויסע אידישע קהלה.
טראץ וואס ס’איז אומבאקאנט ווער דער אטאקירער איז געווען און וואס זיינע מאטיוון זענען געווען, האבן די לאקאלע באאמטע עס פארדאמט אלס א ״גרויזאמע אנטיסעמיטישע אטאקע,’ און אז ס’איז בלויז די לעצטע אין א סעריע אנטיסעמיטישע איבערפאלן אויף ארטיגע אידן, קומענדיג בלויז צוויי טאג נאכדעם צוויי אידישע געשעפטן אין דער געגנט זענען אונטערגעצונדן געווארן.