טשיקאווע נייעס

סארווירער געשאסן געווארן דורך נערוועזער קליענט פארן נישט סערווירן גענוג שנעל

נישט אומזיסט זאגן אונז חז”ל אז אדם ניכר בכוסו, נעבן א הונגעריגן מענטש לוינט זיך נישט צו שטיין… און אז איר זענט נישט איבערצייגט דערין, הערט נאר וואס האט פאסירט דעם פרייטאג אין א רעסטוראנט אין פאריז, ווען א סארווירער האט געצאלט מיטן לעבן ווייל ס’האט גענומען צופיל צייט ביז ער האט סערווירט דאס עסן.

ס’האט פאסירט אין א פיצא און סענדוויטשעס רעסטוראנט אין נויסי-לע-גראנד, א שטעטעלע גראד ביים פאריזער הויפטשטאט, ווען א קליענט האט באשטעלט עסן, און געווארט דאס צו באקומען.

נאך אפאר מינוט איז ער געווארן אויפגעברויז אז דאס עסן קומט נישט אן, ער איז געגאנגען אויפזוכן דעם סערווירער, און אים אנגעשריגן פארוואס דאס עסן איז נאכנישט אנגעקומען. דאן האט ער צו יעדעם’ס שאק ארויסגעצויגן א ביקס און געשאסן דעם סערווירער קאלטבלוטיגערהייט.

דער מערדער איז אנטלאפן א הונגעריגער פון דארט, און מ’האט שנעל אלארמירט די רעטונג לייט צו ראטעווען דאס לעבן פון דעם 28 יעריגער סערווירער, אבער ס’איז שוין געווען צו שפעט, ער איז געשטארבן אויפן פלאץ פון די וואונדן.

די פאליציי זוכט נאך דעם פארברעכער, און די ארטיגע איינוואוינער זענען אויפגעטרייסלט פון דעם שרעקליכן געשעעניש, צולייגנדיג אז דאס ארט איז לעצטנס געווארן אנגעפילט מיט דראגס, שיכורים און פארברעכער, און די קרימינאלע ראטע גייט ארויף מיט יעדן פארבייגייענדעם טאג.

די רעסטוראנט וואו די שיסעריי איז פארגעקומען איז א נייע, און איז געעפנט געווארן ערגעץ דעם פארלאפענעם ווינטער.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.