בילדער טשיקאווע נייעס

פאליציי אין מאנטרעאל ווערן פארנארט און שענקען טיקעט פאר שניי קאר…

א מאן אין מאנטרעאל קאנאדע האט געטראפן וויאזוי זיך אויסצוגעבן מיט די שנייען, און אינאיינוועגס ברענגען א שמייכל צו אלע שכנים אין זיין געגנט מיטן אויפגעבויט אן אויטא פון “שניי,” נאכמאכנדיג די אויסזען פון אן אויטא פון יאר 1980.

עס האט גענומען 4 שעה פאר דער מאנטרעאלער איינוואוינער שימאן לעפריס אויפצובויען דעם אויטא. ער האט עס געמאכט מיטן ציל זיך אונטערצוהאלטן ווען די שניי פוצער טראקס וועלן קומען אפרייניגן די שניי פון די גאסן און די ענדע האט זיך געענדיגט אסאך בעסער און קאמישער ווי געראכטן, נעמליך א פאליציי אפיציר איז פונקט פארביי געפארן, און באמערקט דעם קאר (שניי געשטעל) וואס האט נישט דארט געטארט ווערן פארקירט, דער אפיציר האט אנגעהויבן שרייבן א טיקעט, און זיך דאן איבערצייגט אז דאס איז פאלש! און איינער האט דאס געמאכט זיך אביסעל אונטערצוהאלטן.

דער פאליציי אפיציר האבן נישט געקענט אויפהערן לאכן, און באשלאסן צו שענקען דעם באגאבונד א טיקעט. ער האט פארשריבן א בילעט, און עס געלייגט אויפן פאדערשטן פענסטער פונעם קאר. ווען לעפריס כאפט דאס אפ פונדערווייטנס.

ווען דער אפיציר איז ווייטער געפארן איז לעפריס צוריקגעקומען און א בליק געגעבן אויפ’ן טיקעט און געליינט די טיקעט אויף וואס עס איז געשטאנען אין פראנצויזיש: “מיר האבן געהאט א גוטער שמייכל ווען מיר האבן געזען אז עס איז פאלש. דו האסט געמאכט אונזער נאכט! האהאהאהא.”

לעפריס האט פארשפרייט בילדער פון די אויטא, מען זעט ווי דער פאליציאנט שטייט און באטראכט דעם אויטא.

די קאר איז צונעמען געווארן דעם קומענדיגן טאג דורך די שניי פוצער טראקס.


בילדער פון די קאמישע פאלשע קאר וואס האט פאר’נער’ט די מאנטרעאלער פאליציי אפיציר


די אויסזען פון דעם אויטא וואס שימאן האט נאכגעמאכט.

דער קאר אייגנטומער לאזט זיך פאטאגראפירן נעבן דעם אויטא.

די פאליציי דערגרייכן אויפן סצענע, און פארשרייבן א בילעט פאר דעם דרייווער פון דעם אויטא.

דער אויטא ביים ווערן געבויעט און אויסגעשניצט

לעפריס. דער וואס האט געבויעט די קאר

דער טיקעט ווי דער פאליציאנט שרייבט אז שימאן האט אים געמאכט דעם טאג…

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.